אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "סלאנים (הויף)"

25 בייטן אראפגענומען ,  פֿאַר 3 יאָר
קיין רעדאקטירונג רעזומע
טאַגן: מאביל־רעדאַקטירונג מאביל וועב־רעדאקטירונג
אין תקציר עריכה
נאך רבי שמואל'ס פטירה זענען זיינע צווי זין געווארן רביס. זיין בכור רבי [[ישכר לייב וויינבערג]] האט איבערגענומען די רביסטעווע אין סלאנים; ער איז נפטר געווארן [[כ"ח ניסן]] אין יאר [[ה'תרפ"ח]] ([[1928]]), (זיין נאכפאלגער איז געווען זיין זון רבי אברהם יהושע העשיל וויינבערג וואס איז ארויף אין [[ארץ ישראל]] אין יאר ה'תרצ"ה ([[1935]]) וואו ער האט זיך באזעצט אין [[תל אביב]]). דער יונגערער זון , רבי [[אברהם וויינבערג (דער צווייטער)]], מחבר פון ''בית אברהם'', האט געצויגן קיין [[ביאליסטאק]] וואו ער געפירט אלס סלאנימער רבי; שפעטער האט ער געפירט אין [[באראנאוויטש]]. ער האט אויפגעשטעלט דארטן א גרויסן צענטער פון חסידות און די ''תורת חסד'' [[ישיבה]]. רבי אברהם וויינבערג איז נפטר געווארן אין סלאנים [[א' אייר]] [[ה'תרצ"ג]] ([[1933]]).
 
ווען דער צוויטער רבי אברהם וויינבערג איז נפטר געווארן, האט ער איבערגעלאזט נאך זיך איין זון, רבי [[שלמה דוד יהושע וויינבערג|שלמה דוד יהושע]], וואס איז נאך געווען א [[בחור]]. מיט דעם האבן די חסידים אים אנגענומען אלס זייער רבי, און ער האט געפירט די הויף ביז ווען ער איז געהרגעט געווארן ביי די [[לאגער|פארניכטונגס לאגער]] דורך די [[נאציזם|נאציס]] ימח שמם וזכרם אום [[ו' חשוון|ו' מרחשון]] [[ה'תש"ד]].
 
נאך דער [[צווייטער וועלט מלחמה]], ווען די מערהייט פון סלאנימער חסידים וואס האבן געוואוינט אין אויסלאנד זענען געהרגעט געווארן, האבן די חסידים פון ארץ ישראל אנגענומען פאר א רבי'ן [[מרדכי חיים סלאנים|מרדכי חיים קאסטילניץ]], וואס איז באוואוסט אלס "ר' מאטל" אדער "ר' מאטל דיין"). רבי מרדכי חיים האט נישט געוואלט זיין א רבי, אבער פאקטיש האט ער אויפגעשטעלט דעם הויף פונדאסניי אין ארץ ישראל און האט איהם געפירט.
אַנאנימער באַניצער