אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "מרדכי האגער"

אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
מ ←‏קינדער: צוגעברענגט די ריכטיגע לינק וואס האט געפעלט
מ ←‏ביאגראפיע: צוגעלינקט צום ריכטיגן לינק פון ל"ג בעומר
שורה 33:
רבי מרדכי איז געבוירן אין יאר [[ה'תרפ"ב]] צו זיין פאטער, רבי [[חיים מאיר האגער]] פון [[וויזשניץ (שטעטל)|וויזשניץ]], און זיין מוטער מרת מרגליא, א טאכטער פון רבי [[וועלוועלע טווערסקי]] פון [[רחמיסטריווקא (הויף)|רחמיסטריווקא]]. זייט זיינע קינדערישע יארן איז ער געווען אנגעקניפט צו זיין זיידן רבי [[ישראל האגער (א)|ישראל האגער]] דער "אהבת ישראל". יונגערהייט האט ער איבערגעלאזט זיין פאטער'ס שטוב און געגאנגען לערנען א שטיקל צייט ביים [[סאטמאר (הויף)|סאטמארער]] רבין, רבי [[יואל טייטלבוים]].
 
שפעטער איז ער אריין לערנען אין דער ישיבה פון דעם בעל [[יוסף גרינוואלד|ויחי יוסף]] פון [[פאפא (הויף)|פאפא]] וועמען ער האט פארעכנט פאר זיין רבי'ן. אין די ביטערע קריגס-יארן, איז זיין טאטע דער אמרי חיים געראטעוועט געווארן מיט אלע קינדער בדרך נס. (א גרויסער אנטייל אין דער רעטונג פון דער משפחה האט גענומען די שוועסטער פונעם רבי'ן הרבנית מרת [[שבע ברכה ערנסטער]] דער רבי האט געפלוכטעט קיין [[בוקארעסט]], רומעניע, אום [[י”ט אייר]], א טאג נאך [[ל"ג בעומר|ל”ג בעומר]]. שפעטער, נאכדעם וואס ער איז שוין אנגעקומען צו א זיכערן ארט, פלעגט ער יעדעס יאר אפצייכנען די אומפארגעסליכע געשעעניש און פראווען א לחיים טיש לכבוד דער הצלה און אומגעהויערע ניסים וואס דער אייבישטער האט געמאכט.
 
נאך דער קריג איז ער צוריק קיין גרויסווארדיין, וואו ער האט מרביץ תורה געווען פאר בחורים פליטים וועלכע האבן איבערגעלעבט דעם קריג, און אין זיי אריינגעבלאזן א פרישן חיות פון תורה און עבדות ה׳.