אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "פידל"

43 בייטן צוגעלייגט ,  פֿאַר 1 יאָר
קיין רעדאקטירונג רעזומע
[[טעקע:Violin VL100.png|קליין]]
דער '''פידלפֿידל''' ווערט פאררעכנט װי דער קעניג פון די [[מוזיק אינסטרומענטן]], צוליב די הארציקע מעלאדיעס וואס ער גיט ארויס און וואס מאַכן אים א יחיד במינו צװישן אלע אינסטרומענטן אין די [[ארקעסטער]]ס.
 
דער [[פידל]] געהערט צו דער פֿאַמיליע פֿון די [[סטרונע אינסטרומענטן]]. מע שפילט דעם פֿידל מיט א שטעקעלע אױף װאס עס זענען געשפּאַנט פֿערדהאָר און װאָס מע רופֿט אָן דעם סמיטשעק. דער [[פידלער]] פֿירט דעם סמיטשיק ארויף און אראפ אויף די פידלבענדלעך (די סטרונעס). די רײַבונג פֿון די פֿערדהאָר אױף די סטרונעס איז גורם װיבראַציעס װאָס ברענגען אַרױס פֿון די פֿאַרשײדן גראָבע סטרונעס פֿאַרשײדן הױכע טענער. װאָס גרעבער די סטרונע, װאָס טיפֿער דער טאָן. אַז מע זאָל פֿון די פֿיר סטרונעס פֿונעם פֿידל אַרױסברענגען מער װי פֿיר טענער, קען דער פֿידלער די סטרונע װאָס ער שפּילט אָן מיטן סמיטשיק פֿאַרקירצן דורך אַרױפֿלײגן אַ פֿינגער אױף דער סטרונע. װאָס קירצער דער חלק פֿון דער סטרונע װאָס קען װיברירן, װאָס העכער דער געשאַפֿענער טאָן. בשעת'ן שפילן מיטן פידל, דריקט מען צו דעם קלאַנגקערפּער פונעם פידל צווישן דעם האלז און די אקסל. מיט איין האנט האלט מען דעם פֿידל און פֿאַרקירצט די סטרונעס, מיט דער אַנדערער באַװעגט מען דעם סמיטשיק.
7,372

רעדאקטירונגען