אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "הגדה של פסח"

18 בייטן אראפגענומען ,  פֿאַר 2 יאָר
קיין רעדאקטירונג רעזומע
(←‏מה נשתנה: קישור)
וַיָּרֵעוּ אֹתָנוּ הַמִּצְרִים. וויבאלד מיר זעהן אז באלד נאך דער פסוק פון "ויהי שם לגוי גדול" שטייט באלד "וירעו אותנו המצרים" די מצרים האבן אונז שלעכטס געטוהן, איז א ראי' אז דער טעם פארוואס זיי האבן שלעכטס געטוהן דאס איז געווען ווייל מען איז געווען א "גוי גדול" א גרויס פאלק, און דאס האבן זיי נישט אויסגעהאלטען, כְּמָה שֶּׁנֶּאֱמַר: אזוי ווי מיר טרעפן אין אן אנדערען פסוק (שמות א-י) ויאמר וגו' הנה עם בני ישראל רב ועצום ממנו הָבָה קומט נִתְחַכְּמָה לוֹ. לאמיר זיך קליגען און טרעפען אן עצה צו איהם (צו דעם יודישען פאלק) פֶּן יִרְבֶּה, טאמער וועט ער זיך מערען אויף אונזער צאל וְהָיָה כִּי תִקְרֶאנָה מִלְחָמָה, און עס וועט זיין אז עס וועט זיך טרעפן א מלחמה וְנוֹסַף גַּם הוּא עַל שׂנְאֵינוּ, וועט ער (כלל ישראל) זיך מצרף זיין צו אונזערע פיינט וְנִלְחַם בָּנוּ און ער (כלל ישראל) וועט מלחמה האלטען מיט אונז, וְעָלָה מִן הָאָרֶץ, און ער וועט אוועק לויפען פון דער לאנד מצרים (אדער לויט דער אנדערע פשט פון רש"י, אז זיי וועלען אונז נאך ארויס טרייבען פון דא) פון יענע פסוק זעהן מיר אז דער גאנצער טעם פארוואס עס איז געווען "וירעו" דאס איז געווען ווייל עס איז געווען "ויהי שם לגוי גדול":
 
וַיְעַנּוּנוּ. און ער האט אונז געפייניגט. פארוואס דארף שטיין "ויענונו" עס שטייט דאך שוין באלד דערנאך "ויתנו עלינו עבודה קשה", מוז זיין אז "ויענונו און ויתנו עלינו עבודה קשה" זענען צוויי אנדערע זאכן, "ענוי" מיינט אז זיי האבן אונז געמאכט ארבעטען לשם "ענוי" נאר צו פייניגען און נישט פאר קיין שום אנדערע תועלת כְּמָה שֶּׁנֶּאֱמַר: אזוי ווי עס שטיט אין אן אנדערע פסוק מער באריכות (שמות א-יא) וַיָּשִׂימוּ עָלָיו שָׂרֵי מִסִּים, די מצריים האבן ארויפגעלייגט אויף זיי הארען פון שטייערען, און דאס איז געווען נאר לְמַעַן עַנֹּתוֹ בְּסִבְלֹתָם: כדי זיי צו פייניגען מיט זייערע שווערע ארבייטארבעט, און נישט פאר קיין שום אנדערע תכלית (דאס הייסט אז זיי האבן בכלל נישט געדארפט האבן די ארבייטארבעט) וואס איז געווען די שטייערען? אז וַיִּבֶן עָרֵי מִסְכְּנוֹת לְפַרְעֹה, זיי האבן געבויעט שטעט פון אוצרות פאר פרעה אֶת פִּתֹם וְאֶת רַעַמְסֵס:
עס שטייט ווייטער אין פסוק: וַיִּתְּנוּ עָלֵינוּ עֲבֹדָה. און חוץ וואס זיי האבן געפייניגט מיט ארבייטארבעט וואס האט בכלל נישט אויסגעפעלט, האבן זיי אויך געטוהן מיט אונז ארבייטארבעט וואס איז יא געווען פאר זיי וויכטיג אבער עס איז געווען קָשָׁה זייער שווערער ארבייטארבעט, כְּמָה שֶּׁנֶּאֱמַר: אזוי ווי מיר טרעפן אין אן אנדערען פסוק מער מפורש: וַיַעֲבִדוּ מִצְרַיִם אֶת בְּנֵי יִשְׂרָאֵל בְּפָרֶךְ די מצריים האבן געמאכט די יודן ארבייטעןארבעטען מיט ארבייטארבעט וואס איז "פרך" און פרך מיינט ארבייטארבעט וואס צוברעכט דעם גוף, דאס הייסט זייער שווערע ארבייטארבעט.
 
הקדמה: מיט דעם האבן מיר געענדיגט צו דרש'ענען דעם פסוק, יעצט גייט דער בעל הגדה דרש'ענען דעם נעקסטען פסוק.
80,198

רעדאקטירונגען