אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "דוד בן-גוריון"

אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
מ לאג רעיל האט באוועגט בלאט דוד בן גוריון צו דוד בן-גוריון: מקף
אין תקציר עריכה
שורה 1:
{{פרעזידענטן
|name=דוד בן -גוריון
|image=David Bengurion.jpg
|order=פרעמיער מיניסטער פון מדינת ישראל
שורה 15:
|party=[[מפא"י]]
}}
'''דוד בן־גוריון''' (געבוירן '''דוד יוסף גרין'''; [[16טן אקטאבער]] [[1886]], [[י"ז תשרי]] [[ה'תרמ"ז]], - [[16טן1טן אקטאבערדעצעמבער]] [[18861973]] -, [[ו' כסלו]] [[ה'תשל"ד]], [[1טן דעצעמבער]] [[1973]]) איז געווען דער ערשטער [[פרעמיער מיניסטער]] פון [[מדינת ישראל]].
 
'''דוד בן־גוריון''' ([[י"ז תשרי]] [[ה'תרמ"ז]], [[16טן אקטאבער]] [[1886]] - [[ו' כסלו]] [[ה'תשל"ד]], [[1טן דעצעמבער]] [[1973]]) איז געווען דער ערשטער [[פרעמיער מיניסטער]] פון [[מדינת ישראל]].
 
== יונגע יארן ==
בן־גוריון איז געבוירן י"זגעווארן תשריאין תרמ"ז (1886) אלס '''דוד יוסף גרין''' אין [[פלאנסק]], [[פוילן]], דאן א חלק פון צאריסטישן רוסלאנד, צו זיינע עלטערן אביגדור און שיינדל גרין. זיין מוטער איז געשטארבן ווען ער איז אלט געווען צען יאר. זיין פאטער איז געווען אן [[אדוואקאט]], און אן ענטוזיאסטישער מיטטיילער אין דער [[חובבי ציון]] ארגאניזאציע.
 
אין זיין יוגנט איז בן -גוריון שוין געווארן א שטארקער [[ציוניזם|ציוניסט]], און אין 1906 האט ער זיך געצויגן קיין [[פאלעסטינע]]. צוערשט האט ער געארבעט אין [[אגריקולטור]] אין די מאראנצן פעלדער און שפעטער איז ער געווארן א [[זשורנאליזם|זשורנאליסט]]. אין יענער תקופה האט ער אנגעהויבן זיינע פאליטישע אקטיוויטעטן, און האט אנגענומען דעם נאמען בן -גוריון.
 
אין 1915 האבן אים די [[טערקיי|טערקן]] פארטריבן פון פאלעסטינע וועגן זיין רוסישע בירגערשאפט, און ער האט זיך געצויגן קיין [[ניו יארק]] וואו ער איז ארומגעפאהרן אויפטון פארן ציוניזם, צוערשט אָן ערפאלג. אבער דאן האט ער האט ארויסגעגעבן צוויי ביכער אויף [[יודיש]], (זעט ווײַטער "זיינע ווערק"), וועלכע האבן געהאט א שטארקן אפקלאנג ביים אמעריקאנישן יודנטום. אין ניו יארק האט ער זיך אנגעטראפן מיט [[פאולא מונווייס]] מיט וועמען ער האט דערנאך חתונה געהאט און געהאט מיט איר דריי קינדער.
שורה 28 ⟵ 27:
 
== אין דער ציוניסטישער פירערשאפט ==
בן -גוריון האט זיך טיף אריינגעטון אין פאליטישע אקטיוויטעטן און איז געווארן אן אנגעזעענער פירער פון ארבעטער ציוניזם, וואס איז שפעטער געווארן די דאמינירנדע פראקציע אין ציוניזם. ער איז געווען שטארק אנטקעגן די אקטיוויטעטן פון די עקסטרעמע גרופעס [[אצ"ל]] (באקאנט אלץ דער ״אירגון״) און לח״י, וועמען ער האט גערופן טעראריסטישע גרופעס פאר זייער דורכפירן געוואלדטאטן קעגן די ענגלישע וואס האט אויך געברענגט פיל ציווילע קרבנות.
 
אין 1948, כאטש עס איז געווען שטארקע קעגנערשאפט אפילו פון זיין אייגענעם פארטיי, האט ער דורכגעפירט די רעזאלוציע צו גרינדן מדינת ישראל מיט שטימען פון זעקס קעגן פיר לויט דעם צוטיילונגס פלאן פון די [[פאראייניגטע פעלקער]].
 
[[טעקע:Bengurion_Independence.jpg|קליין|בן -גוריון ביים פארליינען די זעלבסטשטענדיגקייט דעקלאראציע]]מיטן אויפקום פון דער מדינה האט ער געהייסן גרינדן די ישראל'ישע ארמיי, דער [[צבא הגנה לישראל]] (צה"ל, און פארבאטן דאס עקזיסטענץ פון אנדערע באוואפנטע גרופעס. דאס האט געפירט צו אנגעצויגענע באציאונגען מיט [[מנחם בעגין]] דער פירער פון דעם אירגון. ווען בעגין האט געברענגט א שיף פול מיט וואפן, דער [[אלטאלענא]], האט בן -גוריון באפוילן דאס איבערגעבן פאר'ן ניי געבוירענעם צה"ל. בעגין, וועלכער איז געווען אויפן שיף, האט מסכים געווען איבערצוגעבן אכטציג פראצענט פון די וואפן, און די איבריגע פאר די אצ״ל קעמפער פון ירושלים, דאס איז וויבאלד ישראל האט נאך נישט איינגענומען ירושלים, און איר צוקונפט איז נאך נישט געווען קלאר, און בן -גוריון האט באפוילן באמבארדירן די שיף, טראץ דעם אפמאך וואס די אצ״ל האט פון פריער געהאט מיט דער ארמיי. זעכצן יידישע מיטגלידער פון דעם אירגון זענען אומגעקומען. בעגין אליין איז נישט געשעדיגט געווארן, אבער ער האט דערנאך נאכגעגעבן און אנגעשלאסן זיינע קעמפערס מיטן צה"ל.
 
== אלס פרעמיער מיניסטער ==
בן -גוריון האט געפירט מדינת ישראל אין דער קריטישער תקופה פון דעם זעלבשטענדיגקייט קריג, וועלכער האט זיך געצויגן פון [[נאוועמבער]] 1947 ביז [[מארץ]] 1949. נאכ'ן קריג איז ער געווארן אויפגענומען אלץ פרעמיער מיניסטער און געפירט די מדינה אין אירע יונגע יארן.
 
אין 1953 האט ער דערקלערט אז ער ציט זיך ארויס פון דער פרעמיערשאפט זיך צו באזעצן אין [[קיבוץ שדי בוקר]] אין דער [[נגב]]. אין 1955 איז ער אבער צוריקגעקומען צו דער פרעמיערשאפט און געדינט ביז 1963. ער איז ווייטער פארבליבן פארמישט אין פאליטישע ענינים ביז ער האט זיך אנטזאגט פון דעם אין 1970. זיינע לעצטע יארן האט ער פארברענגט אויף זיין קיבוץ, שטודירנדיג [[שפינאזא]] און [[בודהיזם]].
 
אויף זיין נאמען זענען גערופן [[בן -גוריון פליפעלד|בן -גוריון פליפארט]] און דער [[בן -גוריון אוניווערסיטעט פונעם נגב]].
 
ער איז נפטר געווארן דעם 1טן דעצעמבער, 1973.
 
==משפחה==
בן -גוריון מיט זיין ווייב [[פולה מונבז]] האבן געהאט דריי קינדער, '''גאולה''' (בן אליעזר), '''עמוס''', און '''רננה''' (לשם).
 
== זיינע ווערק ==
שורה 52 ⟵ 51:
 
== וועבלינקען ==
* [http://news.bbc.co.uk/2/hi/events/israel_at_50/profiles/81279.stm ספעציעלע באריכט אויף בן -גוריון פון דער בי.בי.סי.]
* [http://www.jewishvirtuallibrary.org/jsource/biography/ben_gurion.html ביאגראפיע אויף בן -גוריון פון דער '''''דזואיש ווירטועל לייברערי''''']
* [https://www.youtube.com/watch?v=UUQrJakOQCU בן -גוריון אין א רעדע אויף יודיש אין שוועדן אין יאר 1962]
* [http://in.bgu.ac.il/bgi/iyunim/15/rachel.pdf אן ארטיקל אויף העברעאיש באהאנדלט בן-גוריון'ס צוגאנג צו דער יודישער שפראך]
 
{{גרונטסארטיר:בן -גוריון, דוד}}
{{פרעמיער מיניסטארן פון ישראל}}
{{פערטהיידיגע מיניסטערס אין ישראל}}