אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "קאנאדע"

אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
מאין תקציר עריכה
מענופעקטשערינג --> פאבריקאציע
שורה 50:
קאנאדע איז דאס צווייטע גרעסטע לאנד אין דער וועלט אין שטח אבער האט א קליינע באפעלקערונג בערך אזויפיל איינוואוינערס עס איז דא אין דעם שטאַט קאליפארניע, וועלכע איז נאר א 25טל די גרויסקייט פון קאנאדע. די סיבה דערפון איז, ווייל א גרויס חלק פון קאנאדע ליגט זייער צפון וואו עס איז געפרוירן קאלט און עס איז כמעט אוממעגליך צו וואוינען דארט. רוב [[קאנאדער]] וואוינען אינגאנצן אויף דרום און א דריטל פון די גאנצע באפעלקערונג וואוינען אין די מעטראפאליטאנע שטעט, פֿון וועלכע די גרעסטע זענען: [[טאראנטא]], [[אנטעריא]]; [[מאנטרעאל]], [[קוויבעק]]; [[ווענקואווער]], [[בריטיש קאלאמביע]] און [[עדמאנטאן, אלבערטא]]. די אפיציעלע שפראכן זענען [[ענגליש]] און [[פראנצויזיש]] וועלכע איז די ארגינעלע אפשטאם פון רוב קאנאדער. קאנאדע איז טאקע אמאל באשטאנען נאר פון ענגלישע און פֿראנצויזן, אבער מיט די יארן האבן געלאנדעט צענדליגער טויזענטער אימיגראנטן פון גאנץ אייראפע. די אימיגראציע קיין קאנאדע גייט נאך היינט אן אין גרויסן, זייענדיג דאס איינציגסטע לאנד אין צפון אמעריקע וואס האלט נאך אן אפיציעלע אימיגראציע פראגראמען. אין די לעצטע 30 יאר, און נאך היינט, זענען רוב אימיגראנטן קיין קאנאדע פון [[אזיע|אזיאנער]] לענדער.
 
קאנאדע איז באוואוסט מיט אירע רייכע אוצרות פון געהילץ, מינעראלן, און עכט פֿריש וואסער אויף וועלכע אסאך אינדוסטריעס זענען אוועקגעשטעלט. רוב פון קאנאדעס טייכן זענען מיט די יארן צוגעשטעלט געווארן פאר [[היידרא-עלעקטריק]] באנוץ פון וועלכע קאנאדע שטעלט צו אלע ערליי ענערגיע. קאנאדע האט אויך א גרויסע פֿאבריצירונג אינדוסטריע וועלכע עקספארטירט א דריטל פון איר ארויסגעבונג. די הויפט מענופעקטשערינגפאבריקאציע אינדוסטריע איז טראנספארטאציע. כאטש קאנאדע'ס עקענאמיע איז שטארק אנגעוויזן אויף איר מענופעקטשערינגפאבריקאציע איז אבער די סערוויס סעקטאר פיל גרעסער און רוב קאנאדער ארבעטן אין דעם סעקטאר וועלכע רעכנט אריין: טראנספארטאציע, האנדל, פינאנץ, פערזענלעכע באדינסטן, און רעגירונג.
 
קאנאדע איז א פארלאמענטארישע דעמאקראטיע אין וועלכע די פעדעראלע, פראווינציאלע, און טעריטאריאלע רעגירונגען זענען 100 פראצענט ערוועלט. וויאזוי אימער, איז אבער קאנאדע'ס ריכטיגע סאווערען (הערשער) א מאנארך, וועלכע איז די קעניגן פון דעם [[פאראייניטןפאראייניגטע קעניגרייך|פאראייניגטן קעניגרייך]]. די קעניגן איז רעפרעזענטירט אין קאנאדע דורך א [[גובערנאטאר-גענעראל|גאווערנער-גענעראל]] און 10 לוטענענט גאווערנערס. קאנאדע'ס קאנסטיטוציע גאראנטירט יושר צו אלע בירגערס און די פעדעראלע און פראווינציאלע מאכט ווערט אויסגעלייגט אונטער דער קאנסטיטוציע. אבער מיט די יארן האט די רעגירונג איינגעשטעלט פילע פראגראמען וועלכע געבן א ברייטע אויסוואל פון סאציאלע סערוויסעס פאר די פובליק.
 
ארגינעל זענען די ערשטע קאנאדער געווען אן אינדיאנער פֿאלק. זיי זענען געווען די ערשטע מענטשליכע באשעפענישן וועלכע האבן באטראטן די קאנאדער ערד. דער נאמען קאנאדע האבן זיי באלד אין אנהויב באשטימט. דער באדייט איז אין זייער שפראך: דארף אדער קאמיוניטי. עס האט געדויערט 250 יאר ביז די ערשטע אייראפעאישע גרופע האט זיך באזעצט אין קאנאדע.
שורה 106:
די גרעסטע אורבאן צענטערן אין קאנאדע געפינען זיך אין אנטעריא און אין קוויבעק. די גרויסקייט איז סיי אין באפעלקערונג און סיי עקאנאמיש. אין קאנאדע ווערט דאס אנגערופן א סי-עם-עי (צענזוס מעטראפאליטן עריע). א סי-עם-עי איז א גיאגראפישע געגענט וועלכע אנטהאלט די גרעסטע ארבעט'ס קראפט פון די אורבאן שטאט. די גרעסטע סי-עם-עי'ס זענען היינט צו טאג ווי פאלגענד:
 
1) טאראנטא, אנטעריא (4,881,400 איינוואוינער), איז דאס לאנד'ס הויפט פינאנציעלע און מענופעקטשערינגפאבריקאציע צענטער און איז איינע פון די וועלט'ס מערסט עטניק געמישטע שטאט. די לאקאלע אנטעריא רעגירונג גיט סערוויס אין 70 שפראכן.
 
2) מאנטרעאל,קוויבעק (3,511,800 איינוואוינער), א גרויסע מענופעקטשערינגפאבריקאציע און קאמערציאלע שטאט. מאנטרעאל איז די וועלט'ס גרעסטע פראנצויזיש רעדנדיגע שטאט אויסער די גרעניצן פון פראנקרייך.
 
3) ווענקואווער, בריטיש קאלאמביע (2,078,800 איינוואוינער), א שנעל וואקסנדיגע שטאט אין מענופעקטשערינגפאבריקאציע פון טראנספארט און געהילץ.
 
4) אטאווא, אנטעריא (1,106,900 איינוואוינער), קאנאדע'ס קאפיטאל און א ריזן צענטער פון הויך טעכנאלאגיע פארשונג.
שורה 126:
10) לאנדאן, אנטעריא (426,300 איינוואוינער), אן אינדוסטריאלע און קאמערציאלע שטאט.
 
11) קיטשענער, אנטעריא (431,700 איינוואוינער), א שטארקע מענופעקטשערינגפאבריקאציע שטאט וואו עס ווערן געמאכט אסאך פון קאנאדע'ס העכסט פארגעשריטענע טעכנאלאגישע פראדוקטן.
 
12) סט. קעטערינס, אנטעריא (393,100 איינוואוינער), א צענטער פון ארגיקולטור און אביסל אינדוסטריעל פראדוקציע.