אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "דוד טווערסקי"

אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
←‏משפחה: וויקילינק
טאַגן: מאביל־רעדאַקטירונג מאביל וועב־רעדאקטירונג
אין תקציר עריכה
שורה 33:
רבי דוד איז געבוירן אין יאר ה'תש"א, אין דער שטאט [[יאס]], [[רומעניע]], אלס א בן יחיד צו זיין פאטער הרה"ק רבי [[יעקב יוסף טווערסקי]], דער פריערדיגער סקווערער רבי און גרינדער פון [[שיכון סקווירא]] אין וועלכער געפינט זיך אין הינטערלאנד [[ניו יארק]], און צו זיין מוטער מרת [[טראני טווערסקי]], א טאכטער פון רבי [[פינחס טווערסקי]] פון [[אוסטילע]]), און אן אייניקל פון הרה"ק [[ישכר דוב רוקח (א)|מהרי"ד]] מ[[בעלזא]]. אין יאר [[ה'תש"ה]] האט די משפחה זיך אריבערגעצויגן קיין [[בוקארעשט]], און ער איז געקומען קיין [[אמעריקע]] אין יאר [[ה'תש"ח]], צוזאמען אינאיינעם מיט די עלטערן און די איבעריגע משפחה. ער האָט [[חתונה]] געהאַט אין [[ט"ו באב]] [[ה'תשי"ט]] אין [[קרית וויזשניץ]] [[בני ברק]], מיט הרבנית [[חנה חיה טווערסקי|חנה חיה האגער]], די עלטסטע טאכטער פון הרה"ק רבי [[משה יהושע האגער]], דער פריערדיגער [[וויזשניץ (הויף)|וויזשניצער]] רבי פון בני ברק, און פון מרת [[לאה אסתר האגער|לאה אסתר]]. זייענדיג 28 יאר אלט אין יאר [[ה'תשכ"ח]], נאך דער פטירה פון זיין פאטער, האט ער איבערגענומען די רביסטעווע.
 
זיינע חסידים זענען פארגלייבט פאר יעדעס ווארט וואס ער זאגט נאר און האלטן פון אים גאר שטארשטארק, און בכלל וועלן חסידי סקווירא באשיצן זייער רבי'ן פאר יעדן פרייז. דער סקווערער רבי איז באקאנט אלס א וואונדערליכער פועל ישועות וואו פילצאליגע אידן ווערן ערמוטיגט, אויפגעראכטן, און געהאלפן פון זיינע ברכות.
 
ספעציעל איז ער באקאנט אלס א גרויסער מומחה אויף דאקטוירים און רפואה, און צוליב זיין באהאוונטקייט און וויסנשאפט אינעם מעדיצינישער געביט קומען צו אים מענטשן אפילו פון זייער ווייטע פלעצער אום דורכרעדן מיט אים וועגן עניינים פון רפואה, און באקומען בעראטונג. דער רבי איז באוואוסט מיט זיין אהבת ישראל. טאג טעגליך שטראמען צו אים זיך פראווען, מענער און פרויען אפילו פון די שוואכסטע שטאפל, פון אלע קרייזן און סארטן, רייכע מיט ארימע, פרומע און פרייע, און אזוי ווייטער, וועלכע נעמט ער אייביג אויף מיט א ברייטן שמייכל. און ער הייסט היינט איינער פון די גרעסטע פראווערערס, זייענדיג אפען פארן ציבור יעדן טאג אכט שעה.
שורה 64:
 
==משמשים בקודש==
געוועזענע גבאים:
דער ערשטער און העכסטער גבאי: הרה"ח ר' [[ישעי' יואל אונגאר]] ע"ה, א זון פונעם קאפאווארער רב [[הי"ד]], און ברודער פונעם סקווערער דיין - הגאון ר' [[זלמן אונגאר]] זצ"ל.
 
דער ערשטער און העכסטער גבאי: הרה"ח ר' [[ישעי' יואל אונגאר]] ע"ה, א זון פונעם קאפאווארער רב [[הי"ד]], און ברודער פונעם סקווערער דיין - הגאון ר' [[זלמן אונגאר]] זצ"ל.
 
הרה"ח ר' [[יושע פרידמאן]] ע"ה, מזקני חסידי מהר"א מבעלזא, וואס האט אים געשיקט אלס באהעלפער און הויז גבאי צום אלטן סקווערער רבין זצוק"ל.
 
היינטיגע גבאים:
 
הרה"ח ר' דוד בערגער, א זון פונעם לעגאנדארן עסקן און פייערדיגע חסיד - ר' [[חיים בערגער]] ע"ה, און איידים פונעם גבאי ר' יושע פרידמאן ע"ה.