אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "מרדכי האגער"

אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
פארראכטן לינקען
שורה 37:
נאך דער קריג איז ער צוריק קיין גרויסווארדיין, וואו ער האט מרביץ תורה געווען פאר בחורים פליטים וועלכע האבן איבערגעלעבט דעם קריג, און אין זיי אריינגעבלאזן א פרישן חיות פון תורה און עבדות ה׳.
 
חודש [[סיון]] [[ה'תש״התש"ה]], זייענדיג אין בוקארעסט, האט דער רבי חתונה געהאט מיט הרבנית פייגא מלכה, די טאכטער פון רבי [[יעקב יוסף טווערסקי]], דער פריערדיגער [[סקווירא (הויף)|סקווערער]] רבי. נאכדעם וואס זי איז נפטר געווארן א קורצע צייט נאך דער חתונה, האט דער רבי חתונה געהאט מיט איר שוועסטער, הרבנית מרת סימא מירל, און מיט איר
האט ער אויפגעשטעלט זיין בית נאמן בישראל אין דער שטאט דארנא, [[רומעניע]].
 
שורה 44:
אין יענע יארן האט ער געוואוינט קעגנאיבער דעם הויז פונעם סאטמארער רבי הרה"ק רבי [[יואל טייטלבוים]], פון וועם ער איז געווען א תלמיד וחסיד מובהק, און דעריבער איז ער געווען אן אפטער גאסט ביים רבי’ן אין שטוב, און צומאל אפילו פארברענגט גאנצע נעכט בעניני השקפה, און גלייכפאלס האט ער אויך גענאסן פון אן אויסטערלישע הערצה און חביבות פונעם רבי'ן.
 
אין יאר [[ה'תשכ”דתשכ"ד]], האט דער רבי באשלאסן צו פארלאזן די שטאט, זעענדיג אז ישיבת כרכים קשה, און ס’איז שווער מחנך צו זיין דורות אין שטאט. טראץ וואס ס’איז געווען ביטער שווער, און ס׳האט אויסגעזען ווי אן אוממעגליכע זאך, האט דער רבי זיך אויפגעהויבן מיט א גרופע משפחות פון חסידים און זיך געצויגן קיין מאנסי, אין אפסטעיט ניו יארק, און דארט געגרינדעט א נייע שכונה פאר חסידי וויזשניץ. תמוז תשכ״ד איז אפיציעל באנייעט געווארן דאס נייע וויזשניצער שטעטל אין מאנסי.
 
ביז ווען זיין פאטער דער אמרי חיים האט נאך געלעבט, פלעגט דער רבי פארן יעדעס יאר קיין ארץ ישראל, און דארט געדאוונט פאר’ן עמוד און געדינט אלס בעל תוקע.