אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "הגדה של פסח"

אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
מאין תקציר עריכה
שורה 20:
 
== מה נשתנה ==
מַה נִּשְׁתַּנָּה הַלַּיְלָה הַזֶּה מִכָּל הַלֵּילוֹת: פארוואס איז אנדערש די נאכט פון פסח פון אלע אנדערע נעכט פון א גאנץ יאהר, וואס מיר טוען דאך פארשידענע ענדערונגען וואס זענען זיך סותר, צוויי זאכן טוען מיר וואס ווייזען עבדות און אנדערע צוויי זאכן טוען מיר וואס ווייזען אויף פרייהיייט, דער ערשטער קשיא איז: שֶׁבְּכָל הַלֵּילוֹת אָנוּ אוֹכְלִין חָמֵץ וּמַצָּה. אלע אנדערע נעכט פון א גאנץ יאהר עסען מיר אדער חמץ אדער מצה הַלַּיְלָה הַזֶּה כֻּלּוֹ מַצָּה: אבער די נאכט פון פסח עסען מיר נאר מצה, און מצה ווייזט דאך אויף ארימקייט, דער צווייטער קשיא איז: שֶׁבְּכָל הַלֵּילוֹת אָנוּ אוֹכְלִין שְׁאָר יְרָקוֹת אלע אנדערע נעכט פון א גאנץ יאהר עסען מיר אלע ערליי גרינצייגען הַלַּיְלָה הַזֶּה מָרוֹר אבער די נאכט פון פסח עסען מיר מרור, וואס דאס ווייזט דאך אויף עבדות. טרעפען מיר דערווייל צוויי זאכן וואס מיר טוען וואס ווייזען אויף עבדות, דער דריטע קשיא איז: שֶׁבְּכָל הַלֵּילוֹת אֵין אָנוּ מַטְבִּילִין אֲפִילוּ פַּעַם אֶחָת. אלע אנדערע נעכט פון א גאנץ יאהר טונקען מיר נישט איין אפילו איין מאל הַלַּיְלָה הַזֶּה שְׁתֵּי פְעָמִים: אבער די נאכט פון פסח טונקען מיר איין צוויי מאל, איין מאל כרפס אין זאלץ וואסער, אוין איין מאל מרור (גרינס פון חריין[[כריין]]) אין חרוסת, קומט דאך אויס אז מיר טוען דא א זאך וואס ווייזט אויף פרייהייט, דער פערטע קשיא איז: שֶׁבְּכָל הַלֵּילוֹת אָנוּ אוֹכְלִין בֵּין יוֹשְׁבִין וּבֵין מְסֻבִּין. אלע אנדערע נעכט פון א גאנץ יאהר עסען מיר סיי זיצענדיג און סיי אנגעלענט הַלַּיְלָה הַזֶּה כֻּלָּנוּ מְסֻבִּין אבער די נאכט פון פסח עסען מיר אלע אנגעלענטהייט קומט דאך אויס אז מיר טוען שוין ווייטער א זאך וואס ווייזט אויף פרייהייט? איז וואס טוט זיך דא, זענען מיר קנעכט אדער זענען מיר פריי?
 
הקדמה: די אלע קשיות וואס מיר האבן געפרעגט אז מיר טרעפען די נאכט סתירות, וועלען ווערען באלד פארענפערט מיט די ערשטע פאהר ווערטער פון עבדים היינו, קודם זענען מיר געווען קנעכט אין מצרים און דערפאר טוען מיר זאכן וואס ווייזען עבדות, אבער נאכדעם האט דער אייבעשטער אונז ארויס גענועמן פון מצרים מיט גרויסע ניסים און נישט בדרך הטבע וועגן דעם טוען מיר זאכן וואס ווייזען אויף חירות: