אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "גרענעץ"

אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
מ Removing Link GA template (handled by wikidata)
מאין תקציר עריכה
שורה 6:
ווען א גרענעץ טיילט אפ צוויי לענדער וועט געווענליך דארט זיין אינסטאלירט א וואך סיסטעם דורך די צוויי לענדער וואס גרענעצן זיך. צו קענען דורכגיין א גרענעץ דארפן ציווילע ווייזן [[אידענטיטעט]] און פרעמדע וועלן דארפן האבן א [[וויזע]] צו קענען באזוכן יענע לאנד. גרענעץ קאנטראל איז אנדערש אין פארשידענע ערטער אין דער [[וועלט]]. אין [[אייראפע]] זענען אלע גרענעצן אין די [[אי יו|אי־יו]] לענדער אפן איינע צום צווייטן אן קיין שום קאנטראל. אין די [[קאמוניזם|קאמוניסטישע]] לענדער איז פאראן א שטרענגע קאנטראל ווער עס קומט אין גייט און ביי רוב מאדערנע לענדער איז עס געוואנדן פון וואנעט מען קומט.
 
גרענעצן ווערן קאנטראלירט דורך א ספעציעלער [[רעגירונגס-אגענטור|אגענטור]], די [[צאל אגענטור]], וואס איז פאראנטווארטליכט פאר אלעס וואס גייט אריין און ארויס פון לאנד. זיי אינספעקטירן אלע פראדוקטן און סחורה וואס קומט אריין אויס מורא פאר [[דראגס]] אדער שעדליכע [[כעמיקאלן]]. אלעס וואס גייט ארויס ווערט אויך קאנטראלירט צו מאכן זיכער אז קיינער שמוגעלט נישט ארויס [[וואפן]] וואס איז פארבאטן צו פארקויפן צו אנדערע לענדער.
 
דאס זעלבע איז מיט מענטשן. זיי קוקן נאך יעדן מענטש וואס גייט אריין אדער ארויס. זיי פרעגן אויס יעדן עטליכע פראגעס, באטראכטן [[שריפטן]], און צומאל עפענען זיי רענצלעך און האבן געוויסע סימנים וועמען צו לייגן אויף א גרונטליכער פארהער. זיי זענען פאראנטווארטליכט אז קיין שום פארברעכער זאל זיך נישט קענען ארויסכאפן פון לאנד און אז קיין שום קראנקע, פארברעכערישע, אדער אומלעגאלע [[אימיגראנט]] זאל זיך נישט קענען אריינבאקומען אין [[לאנד]].
 
די צאל אגענטור האלט אן [[אויג]] און קאנטראלירט די גרענעצן אויף דער [[ערד]], אין די [[לופטן]], און אויפ'ן [[וואסער]]. אויף דער [[ערד]] האבן זיי ספעציעלע [[ראדאר]]ן און [[ווידעא קאמעראקאמערע|װידעאָ־קאַמעראַסװידעאָ־קאַמערעס]] וואס האלטן א וואכזאם [[אויג]] לענגאויס אלע גרענעצן. ביי די גרענעץ פונקטן האבן זיי קליינע געביידעס וואו זיי שטודירן אלע אינפארמאציע און גיבן אלע סערוויסעס וואס אבלאנגט צו די קאסטומס. זיי נוצן אויך ריזיגע עקסרעי מאשינען אין די [[לופטפעלד]]ער און אסאך [[הונט]]לעך וועלכע זענען טרענירט צו שמעקן [[דראגס]] אדער [[אלקהאל]].
 
די [[לופט]]ן און וואסערן ווערן קאנטראלירט דורך גאר פארגעשריטענע ראדארן וועלכע כאפן אויף יעדע קליינע [[פליגער]] אדער [[שיפל]]. א [[שיף]] אדער [[פליגער]] וואס ווערט נישט אינדענטיפיצירט ווערט באלד געצווינגען צו לאנדן אדער אפשטעלן דורך די אגענטור'ס [[העליקאפטער]]ס און שיפן.