אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "אלאדין (1992 פילם)"

אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
אין תקציר עריכה
שורה 4:
'''אַלאַדין''' ([[ענגליש]]: ''Aladdin'') איז אן אמעריקאנישער [[אנימאציע|אנימירטער]] [[פאנטאזיע]] [[מוזיקפילם]] וואס איז פראדוצירט געווארן דורך [[וואלט דיזני אנימאציע סטודיאס]] און באפרייט געווארן דורך [[וואלט דיזני פילמען]]. "אַלאַדין" איז דער 31סטער פֿולער-לענג דיזני אַנימירטער פֿילם, און איז געווען א טייל פֿון די עפאכע וואס ווערט גערופן דער [[דיזני רענעסאנס]]. דער פילם איז רעזשיסירט געווארן דורך דזשאָן מאַסקער און ראָן קלעמענטס. ער איז באזירט אויף אן אראבישער [[מעשה]] [[אלאדין|מיטן זעלבן נאמען]] פֿון "[[טויזנט און איין נעכט]]". די שטימע אקטיארן זענען [[סקאט וויינגער|סקאָט וויינגער]], [[דזשאנאטן פרימאן|דזשאָנאַטאַן פֿרימאַן]], [[ראבין וויליאמס|ראָבין וויליאַמס]], [[לינדא לארקין|לינדאַ לאַרקין]], [[פרענק וועלקער|פֿרענק וועלקער]], [[גילבערט גאטפריד|גילבערט גאָטפֿריד]] און [[דאגלעס סיל|דאַגלעס סיל]].
 
"אַלאַדין" איז באפרייט געווארן דעם 25סטן נאוועמבער 1992. ער האט געהאט גוטע באריכטן און איז געווען דער מערסט געראָטנער פילם פֿון 1992, מיט מער ווי $217 מיליאן אין די פאראייניקטע שטאטן און מער ווי $504 מיליאן וועלטווייט. ער אויך האט געווונען פילע פריזן, די רוב וועלכע פאר זיינע מוזיק און לידער. די הצלחה פֿון "אַלאַדין" האט געמאכט אנדערע פראדוקטן באזירט אויף דער פילם, אזוי ווי צוויי דירעקט-צו-ווידעא המשך-פילמען ("[[דער צוריקקער פון דזשאפאר|דער צוריקקער פֿון דזשאַפֿאַר]]" און "[[אלאדין און דער קעניג פון גנבים|אַלאַדין און דער קעניג פֿון גנבֿים]]"), אן [[אלאדין (טעלעוויזיע סעריע)|אנימירטע טעלעוויזיע סעריע]], [[שפילכל|שפּילכלעך]], [[ווידעא שפיל|ווידעאָ שפּילן]], ספּין-אָף מעדיע און דיזני אַרטיקלען. דער פילם איז אַדאַפּטירט געווארן צו [[בראדוויי טעאטער|בראָדוויי]] אין 2014, און שפּעטער אַ לייוו-אַקציע ווערסיע אין 2019.
 
== געשיכטע ==