אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "קאסמאס שאטל"

אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
אין תקציר עריכה
אין תקציר עריכה
שורה 18:
די סארט בוסטערס זענען פון די שטרעקסטע סארט וואס איז פאראן און ווערט אנגערופן סאליד ראקעט בוסטערס וואס מיינט אז עס ארבעט ווי א מיסיל און מען קען נישט האבן קיין קאנטראל דערויף. איינמאל די ראקעטס זענען אנגעצינדן קען מען זיי מער נישט אפשטעלן און דערפאר צינדט מען זיי אן די לעצטע אין פאל עפעס טויג נישט מיט דעם טאנק אדער שאטל.
אין דידער [[קאסמאס שאטל טשאלענדזשער קאטאסטראפע|טשאלענדזשער אויפרייסקאטאסטראפע]] האבן די בוסטערס אנגעמאכט דעם חורבן ווען איינע פון זיי איז נישט געווען גענוג שטייף פארמאכט און עס האט ארויסגערינען הייסע גאז אריין אין א צווייטע אפטיילונג פון דעם ראקעט וועלכע פארמאגט היידראדזשין ברענשטאף און איינמאל די צוויי זענען זיך צוזאמענגעקומען האט עס אויפגעריסן און מיטגעברענגט דעם שאטל וועלכע איז געווען אנגעבינדן מיט איר. NASA האט שפעטער געזאגט אז דער סיבה איז געווען די קאלטע וועטער וועלכע איז דעמאלט געווען אונטער זערא און עס האט געשרינקט די ראבערנע רינגן וועלכע האלטן שטייף די אפטיילונגן. נאך דעם קאטאסטראפע האט NASA איבערגעמאכט בעסערע ראבער רינגען און האט אויך דעזיינט א סיסטעם אין וועלכע דער שאטל קען זיך אין ווייניגער פון א סעקונדע אפטיילן פון די בוסטערס און דעם טאנק און צוריק אראפקומען צו די ערד, אין פאל פון א פראבלעם.
 
דאס איבעריגע 29 פראצענט קראפט פאר'ן לאנטש קומט פון דעם שאטל'ס 3 אייגענע הויפט מאטארן וועלכע נעמען אויף ברענשטאף פון דעם ברענשטאף טאנק און הייצן דאס אויף און שיקן עס אריין אין די מאטארן און די אפפאל ווערט ארויסגעטריבן פון אונטער דעם שאטל. די מאטארן שעפן אויס די מאס פון א סווימינג פול פון ברענשטאף יעדע 10 סעקונדעס און דער קראפט פון די מאטארן שיסט ארויס אפפאל מיט א קראפט פון 6,000 מייל פער שטונדע.
שורה 28:
דער טאנק איז איבערגעדעקט מיט אן איין אינטש דיקע שיכט אינסולעישן פון א ספעציעלע סארט וועלכע קען נישט הייס ווערן. די אינסולעישן באשיצט דעם טאנק עס זאל נישט אנגעהייצט ווערן פון דעם קראפט היץ און פארמיידט אויך אן אנזאמלונג פון אייז אין א קאלטע וועטער.
 
אין 2003 ווען דער [[קאסמאס שאטל קאלאמביע|קאלאמביע]] שאטל איז ארויסגעפלויגן איז אראפגעפאלן שטיקער פון די אינסולעישן און האט זיך אנגעשטויסן מיט'ן קערפער פון דעם שאטל און דאס געשעדיגט וואס האט שפעטער צוגעברענגט דעם קראך אויפ'ן וועג צוריק אראפ ווען דער שאטל איז אריין אין דידער וועלטערדאטמאספערעאטמאספער וואו עס זאמעלט זיך אן א שטארקע היץ קראפט וועלכע האט דעגרייכט ביז אינעווייניג אינעם שאטל.
 
NASA זאגט אז זיי קענען נישט פארמיידן עס זאל מער נישט אראפפאלן קיין שטיקער, ווי מען האט זיך איבערגעצייגט מיט דעם לאנטש פון דיסקאווערי, אבער זיי וועלן מוזן ארבעטן אויף עצות וויאזוי צו פארמיידן אז די פאלנדע שטיקער זאלן זיך נישט אנשטויסן מיט דעם שאטל.
שורה 151:
 
די אסטראנויטן דארפן טאן אסאך איבונגן אויבן אינעם קאסמאס וויבאלד זייער קערפער איז נישט צוגעוואוינט צו א וואג-לאזע אטמאספערע און די ביינער און מוסקלן קענען דאס שווער פארנעמען. זיי נוצן בעיקר א טרעידמיל אויף וועלכע זיי לויפן עטליכע שטונדן פער טאג און ציען זיך אויס די ביינער עטליכע מאל אין טאג. ווען די אסטראנויטן קומען צוריק אראפ צו די ערד זענען זיי אויסגעמוטשעט און אויסגעשעפט ביז'ן לעצטן טראפן און עס געדויערט עטליכע טעג ביז זיי קומען פולקאם צוריק צו זיך.
 
 
== צוגרייטונג צום לאנדונג ==
 
דער וועג אראפ איז דער שווערסטער טייל פאר'ן שאטל'ס מיסיע און עס איז זייער אן איינגעשטעלטע פראדעצור וועלכע האט סוקסעספול געארבעט 91 מאל און נאר איינמאל איז עס דורכגעפאלן ווען דער קאלאמביע שאטל האט אויפגעריסן אין 2003 (דער טשאלענדזשער האט געקראכט אויפ'ן וועג ארויף).