אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "מרדכי האגער"

אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
מ האט געשיצט "מרדכי האגער": אסאך וואנדאליזם ([רעדאַקטירן=נאָר פאַר אײַנגעשריבענע] (גייט אויס 23:11, 27 פעברואר 2020 (UTC)) [באוועגן=נאָר פאַר אײַנגעשריבענע] (גייט אויס 23:11, 27 פעברואר 2020 (UTC)))
שורה 33:
רבי מרדכי איז געבוירן אין יאר [[ה'תרפ"ב]] צו זיין פאטער, רבי [[חיים מאיר האגער]] פון [[וויזשניץ (שטעטל)|וויזשניץ]], און זיין מוטער מרת מרגליא, א טאכטער פון רבי [[וועלוועלע טווערסקי]] פון [[רחמיסטריווקא (הויף)|רחמיסטריווקא]]. זייט זיינע קינדערישע יארן איז ער געווען אנגעקניפט צו זיין זיידן רבי [[ישראל האגער (א)|ישראל האגער]] דער "אהבת ישראל". יונגערהייט האט ער איבערגעלאזט זיין פאטער'ס שטוב און געגאנגען לערנען א שטיקל צייט ביים [[סאטמאר (הויף)|סאטמארער]] רבין, רבי [[יואל טייטלבוים]] וועמען ער האט פארעכנט פאר זיין רבין.
 
שפעטער איז ער אריין לערנען אין דער ישיבה פון הרה"קדעם בעל [[יוסף גרינוואלד|ויחי יוסף]] פון [[פאפא (הויף)|פאפא]] . אין די ביטערע קריגס-יארן, איז זיין טאטע דער אמרי חיים געראטעוועט געווארן מיט אלע קינדער בדרך נס. (א גרויסער אנטייל אין דער רעטונג פון דער משפחה האט גענומען די שוועסטער פונעם רבי'ן הרבנית מרת [[שבע ברכה ערנסטער]] דער רבי האט געפלוכטעט קיין [[בוקארעסט]], רומעניע, אום [[י”ט אייר]], א טאג נאך [[ל”ג בעומר]]. שפעטער, נאכדעם וואס ער איז שוין אנגעקומען צו א זיכערן ארט, פלעגט ער יעדעס יאר אפצייכנען די אומפארגעסליכע געשעעניש און פראווען א לחיים טיש לכבוד דער הצלה און אומגעהויערע ניסים וואס דער אייבישטער האט געמאכט.
 
נאך דער קריג איז ער צוריק קיין גרויסווארדיין, וואו ער האט מרביץ תורה געווען פאר בחורים פליטים וועלכע האבן איבערגעלעבט דעם קריג, און אין זיי אריינגעבלאזן א פרישן חיות פון תורה און עבדות ה׳.
 
חודש [[סיון]] [[ה'תש״ה]], זייענדיג אין בוקארעסט, האט דער רבי חתונה געהאט מיט הרבנית פייגא מלכה, די טאכטער פון הרה"ק רבי [[יעקב יוסף טווערסקי]], דער פריערדיגער [[סקווירא (הויף)|סקווערער]] רבי. נאכדעם וואס זי איז נפטר געווארן א קורצע צייט נאך דער חתונה, האט דער רבי חתונה געהאט מיט איר שוועסטער, הרבנית מרת סימא מירל, און מיט איר
האט ער אויפגעשטעלט זיין בית נאמן בישראל אין דער שטאט דארנא, [[רומעניע]].