אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "וויליאם שייקספיר"

אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
מ Removing Link GA template (handled by wikidata) - The interwiki article is not good
נאך א פאראגראף (פון ענגליש־וויקיפעדיע)
שורה 1:
[[טעקע:Hw-shakespeare.jpg|קליין|200px|ויליאם שייקספיר]]
'''וויליאם שייקספיר''' ([[ענגליש]]: ''William Shakespeare''; {{ר}} [[23סטן אפריל]] 1564 - געשטארבן [[ט"ז אייר]] [[ה'שע"ו]], [[3טן מיי]] 1616 {{יוליאניש|23סטן אפריל}}) איז געווען איינער פון די גרעסטע [[דראמאטורג]]ן און דיכטער אין דער [[מערב וועלט|מעריבדיקער קולטור]]. ער האט געשריבן זיינע פיעסעס, פאעמעס און סאנעטן צווישן אנהייב 1590ער יארן און 1612.
 
זיינע טראגעדיעס, קאמעדיעס און היסטארישע כראניקעס זייוען איבערגעזעצט געווארן כמעט אין אלע [[שפראך|שפראכן]], ביז היינט ווערן זיי געשטעלט אין [[טעאטער]]ס איבער דער גארער וועלט. אויך האבן שייקספירס ווערק באווירקט אויף דער טאג-טעגלעכער גערייד אין דער מריבדיקער קולטור, ד"ה מען ציטירט האפטלעך אויסדרוקן פון זיי.
 
שייקספיר איז געבוירן און געהאדעוועט געווארן אין [[סטראטפארד-אויפן-אוואן]], [[וואריקשיר]]. ווען ער איז געווען אלט 18, האט ער געהייראט [[ען האטאוויי]], מיט וועמען האט ער געהאט דריי קינדער: סוזאנא און די צווילינג העמנעט און דזשודיט. צווישן 1585 און 1592, האט ער אנגעהויבן א דערפאלגרייכע קאריערע אין לאנדאן ווי אן אקטיאר, שרייבער און טייל־אייגנטומער פון א שפיל־געזעלשאפט וואס האט געהייסטן די Lord Chamberlain's Men (''לארד טשעמבערליינס מען''), שפעטער באוואוסט ווי די King's Men (''קינגס מען''). ביי דער עלטער פון 49 (אומגעפער 1613), ווייזט אויס אז ער האט זיך פעניסאנירט קיין סטראטפארד, וואו ער איז געשטארבן דריי יאר נאכהער. עס זענען געבליבן ווייניג באריכטן פון שייקספיר׳ס פריוואטן לעבן.
 
צווישן [[ה'שנ"ד]] ; [[1594]] - [[ה'שנ"ז]] ; [[1597]] האט שייקספיר אנגעשריבן א קאמעדיע מיטן נאמען "[[דער סוחר פון ווענעדיג]]", וואס איינער פון אירע פערסאנאזשן איז א [[ייד]] א [[מלווה בריבית]]. אזעלכע טענהען, אז די דאזיקע פארשטעלונג איז [[אנטיסעמיטיזם|אנטיסעמיטיש]], וואס באהאנדלט דעם יידן אלס מלווה בריבית. אבער פון דער אנדערער זייט, זאגט מען, אז שייקספיר האט זיך קיין מאל נישט באגעגנט מיט קיין יידן, און פארקערט, זיין קאמעדיע קומט אפשלאגן קריסטאפער מארלאס שרעקלעכע אנטיסעמיטישע פיעסע - "דער ייד פון מאלטא".