אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "ליובאוויטש"

אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
←‏קירוב: ופרצת און מבצעים: פארראכטן גראמאטיק
טאַגן: מאביל־רעדאַקטירונג מאביל־אנווענדונג רעדאַקטירונג רעדאקטירונג מיט אן אנדרויד־אפ
←‏לעצטן רבין'ס שיטות: פארראכטן גראמאטיק
טאַגן: מאביל־רעדאַקטירונג מאביל־אנווענדונג רעדאַקטירונג רעדאקטירונג מיט אן אנדרויד־אפ
שורה 26:
 
== לעצטן רבין'ס שיטות ==
דער לעצטער ליובאוויטשער רבי ר' [[מנחם מענדל שניאורסאהן]] , האט שטענדיקשטענדיג זיך געמישט אין רעגירונג [[פאליסי]] ער פלעגט שרייבן און רעדן צו און פון [[פאליטיק]]. ער פלעגט שטורמען בשעת מלחמות אז מען זאל נישט פארהאנדעלן מיט [[אראבער]] און אז זיי פארשטייען בלויז דעם [[מיליטער|מיליטערישען]] פויסט. באזירט אויף דעם שולחן ערוך חלק אורח חיים סימן שכט האט ער געהאלטען אז צוריק געבען שטחים פון ארץ ישראל איז א סכנה פאר די מיליאנען אידן וואס לעבען דארט. זיין מיינונג האט נישט צו טאן געהאט מיט ציונות, נאר מיט פיקוח נפש. עס איז באקאנט זיין [[לאזונג]] פון "אף שעל" וואס האט שטענדיקשטענדיג געטריבן זיינע חסידים קעגן אלע אזוי גערופענע שלום פאליסיס ביזן היינטיגן טאג. ער האט אנגעזאגט זיינע חסידים נישט צו גיין אפיציעל מיט קיין מפלגות, נאר מען זאל שטימן - לויט די הוראה פון זיין הייליגן שווער, כ"ק אדמו"ר מהריי"ץ זיע"א אום תש"ח לפ"ק - פאר דעם "מערסט חרידישעחרדישע פארטיי" "החרדית ביותר - לדבר ה' זה הלכה".
 
די אפיציעלע פאליסי זייערער איז אייביג געווען נישט זיך צו מישן אין [[פאליטיק]] אבער זייער רעכטער נויגונג האט זיי געטריבן דאס צו ברעכן און עס האט טאקע פיל געשטערט זייערע וואולטעטיגע קירוב ארבייט פון ופרצת.
 
דער לעצטער ליובאוויטשער רבי, כ"ק אדמו"ר ר' [[מנחם מענדל שניאורסאהן]] זצ"ל, פלעגט שטענדיקשטענדיג צו יעדער געלעגנהייט מאנען און פאדערן פון זיינע חסידים צו טאן פעולות צו ברענגן [[משיח]], און מחזק זיין די [[אמונה]] און ציפיה צו ביאת המשיח. ער פלעגט אפט מאל מאנען אז מען זאל טאקע מיינען אין הארצן און זיך אזוי פירן אין דער ווירקליכקייט לויט די [[ברכה]] פון [[שמונה עשרה]] "את צמח דוד עבדך '''מהרה''' תצמיח...כי לישועתך קיווינו '''כל היום'''". אויך האט ער איינגעפירט מען זאל לערנען אין [[רמב"ם]] די [[הלכה|הלכות]] פון [[גאולה]] און ימות המשיח, און פיל פון זיינע שיחות זענען געווען איבער דעם טעמע.
 
שוין פון די ערשטע יארן פון זיין אדמו"רות פלעגט דער ליובאוויטשער רבי זאגן אז '''דער''' דור איז דער לעצטער דור פון [[גלות]]. אין יאר [[ה'תשנ"א]] האט דער ליובאוויטשער רבי אויסגערופן אז מען דארף לאזן וויסן אלע אידן אז זיין [[שווער]] (דער פריער'דיקערדיגער ליובאוויטשער רבי, רבי [[יוסף יצחק שניאורסאן]]) האט שוין געזאגט אלס א [[נביא]]: "'''ענווים, הגיע זמן גאולתכם"'''.
 
צוליב דעם און צוליב זיין אָפטע רייד וועגן משיח האבן רוב פון זיינע חסידים אנגענומען אין זיין לעבן אז ער איז געווען דער פאסיקסטער פון דעם גאנצן דור צו זיין דער משיח. זיי פלעגן אנווייזן אז ער שטימט צו זיין משיח לויט די כללים פון רמב"ם, ספעציעל לויט'ן כלל אז משיח וועט [[חוזר בתשובה|מחזיר בתשובה]] זיין פיל אידן צום דרך התורה. אויך פלעגן זיי אנווייזן אויף דאס וואס ער האט גערופן זיין שווער "נשיא דורנו" כאטש ער האט שוין נישט געלעבט. די חסידים האבן דאס אויסגעטייטשט, אז כאטש ער אליין רעדט טאקע אויף זיין שווער, אבער די זאכן וואס ער זאגט שטימען און ווערן צו אים אליין. דאס, לויט וואס איז אנגענומען ביי חסידים אז ווען א רבי וויל רעדן וועגן זיך, רעדט ער פונ'ם טאט'ן א.א.וו. (זע שיחת כ"ק אדמו"ר שליט"א, ש"פ האזינו תשי"ג)
שורה 40:
אבער א טייל חסידים גלויבן נאך ווייטער אז ער איז דער מלך משיח, באזירט אויף א גמרא וועלכע זאגט אז משיח קען זיין אויך פון די פארשטארבענע.{{מקור}} די דאזיגע ווערן אנגערופן "[[משיחיסט]]ן".
 
די הויפט חב"ד ארגאניזאציעס, ווי אויך דאס רוב "חב"ד שלוחים", [[רבנים]] און [[ראשי ישיבות]] האלטן אין איין מלחמה האלטן מיט די וואס מיינען אז ס'איז ריכטיג וועגן דעם צו פובלעצירען, זייער מיינונג איז אז דער ליובאוויטשער רבי האט נישט געוואלט מזאלמ'זאל רעדן וועגן ווער איז משיח נאר וועגן זיך צוגרייטן און מתפלל זיין אויף דעם קומען פון משיח.
 
די ארטאדאקסישע זענען שטארק אנטקעגן דעם געדאנק פון גלייבן אין א געשטארבענעם אלס משיח. און זאגן אז ס'איז פארבאטן לויט דער תורה.{{הערה|}} די עכט פרומע אידן אבער, וואס גייען לויט דער הלכה און פסקים פון דעם חתם סופר, און זענען זיך נישט סומך בלויז אויף געוויסע מדרשים, האלטן אבער אז עס איז נישט בניגוד צו די יסודות פון דעם אידישן דת.{{הערה|}} פראפעסאר [[אביעזר ראוויצקי]], הויפט פון דער אפטיילונג פון אידישע [[פילאסאפיע]] אין [[העברעאישער אוניווערסיטעט אין ירושלים|העברעאישן אוניווערסיטעט]] און אן ארטאדאקסישער איד, האט געזאגט, "דער תורה פארבאט נישט צו זיין נאריש."