אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "אשכנזים"

אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
מ די צווייטע הברה
נייע גענעטישע מחקרים זאגען אינז דאך יידען האבען נישט קיינע כאזארישע גענעטיקע .
שורה 23:
די היסטאָרישע מקורות צייגן אַ בפירושדיקע קרובהשאַפט אין קולטור און יחוס צווישן (מזרח־)כנענים און [[ביזאַנטישע יידן]]<ref name=Kulik11/><ref name=Kulik08/>. פון אַנדערע קוועלן איז אָבער אויך קלאָר, אַז אַ טייל פון מזרח־אייראָפּעאישער יידישער באַפעלקערונג האָט באַשטייט פון [[גר]]ים. ווי באַקאַנט, די [[כוזרים]], עטניש פון טירקישן אָפּשטאַם, האָבן טיילווייז מגייר געווען אין דער פּרע־אשכנזישער תקופה און האָבן געהאַט אַן אייגענע מלוכה. די צאָל גרים צווישן זיי איז זייער אַ הייס דיסקוטירטע זאַך, אָבער לויט אַ ריי מקורות האָבן עטלעכע כאַזאַרן נאָך דער מפּלה פון כאַזאַריע זיך באַזעצט אין אַנדערע מזרח־אייראָפּעאישע לענדער, און דאָרטן מסתמא אַסימילירט מיט אָרטיקע יידן<ref name=Brook06/>. די דעמאָגראַפישע פּרטים זיינען אָבער ניט באַשיידלעך.
 
[[גענעטיק|גענעטישע]] אויספאָרשונגען אין לעצטע יאָרן האָבן געבראַכט אַ סך ידיעות וועגן דעם ענין, הגם אַפילו גלייכע רעזולטאַטן אינטערפּרעטירט יעדער איינער אַנדערש<ref name=Atzmon10/><ref name=Bray10/><ref name=Behar08/><ref name=Elhaik12/>. בסך הכל האָט מען געקלערט, אַז אשכנזים ווייזן אין זייערע [[גענאָם|גענאָמען]] אַ געוויסע צאָל סימנים פון מיטל־מזרחדיקן אָפּשטאַם און ענלעכקייטן צו אַנדערע יידישע קהילות. פון דער גענעטישן פּערספּעקטיוו זעט מען יאָ די שרידים פון דער קליינצאָליקייט פון דער יסוד־פּאָפּולאַציע, וואָס איז דער ווידערקול פון דער חידושדיקן צומערונג פון אשכנזים פון 15טן י״ה אָן, און אַ שטאַרקע [[ענדאָגאַמיע]] (חתונות צווישן זיך). עס זיינען אָבער דאָ אויך סימנים פון צומישונגען פון די שכנותדיקע אייראָפּעאישע פּאָפּולאַציעס, און קען זיין פון כאַזאַרן אויך<ref name=Elhaik12/>. למשל, אַ העלפט פון היינטיקע אשכנזישע מענער טראָגן [[Y-כראמאסאם|Y־כראָמאָסאָמען]] פון מיטל־מזרחדיקן אָפּשטאַם, בשעת די אַנדערע העלפט שטאַמט טאַקע פון אייראָפּעער<ref name=Hammer00/>.
 
אַ גרויסע צאָל ירשעוודיקע קראַנקייטן, וואָס האָבן הויכע פרעקווענצן צווישן אשכנזים<ref name=Kolodny09/>, צייגן אויך די גענעטישע אחדות פון דער קהילה.‬