אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "אראמיש"

אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
אין תקציר עריכה
צוגעלייגט היסטאריע און דעטאלן
שורה 7:
די [[עולי בבל]] ביים בויען דאס [[צווייטע בית המקדש]] האבן מיטגעבראכט מיט זיך די דאזיגע שפראך, וואס איז דאן געווען די אפיציעלע שפראך פון דער פערסישע [[אימפעריע]]. דיאלעקטן פון אראמיש זענען אויך באניצט געווארן אין אידישע [[ספרי קודש]], ווי ספר [[ספר עזרא|עזרא]] און [[ספר דניאל|דניאל]], [[תרגום אונקלוס]], די [[תלמוד בבלי]], [[תלמוד ירושלמי]] און [[זוהר]].
 
אראמיש אלס א הויפט אומגאנגס שפראך פון די געגנט, האט אנגעהויבן אונטערגיין נאכדעם וואס די פערסישע אימפעריע איז באזיגט געווארן דורך די גריכן, און די העלעניסטישע מלוכות האבן גענוצט [[גריכיש]] אלס הויפט שפראך פון זייערע קעניגרייכן. פונדעסטוועגן, האט אראמיש געדינט אלס לאקאלע שפראך פאר רוב פעלעקר אין די געגנט יארן שפעטער, שוין נאכן אנקום פון די [[רוימישע אימפעריע]], וואס האט נישט ארויפגעצווינגען [[לאטייניש]] אויף די מיטל מזרח באפעלקערונג, גריכיש איז געווען דער אפציעלער שפראך, און מינאריטעטן האבן פארגעזעצט רעדן אראמיש ביזן מוסלעמענער אקופאציע אין [[7טער י"ה]], ווען [[אראביש]] איז ארויפגעצווינגען געווארן אויף די לאקאלע פעלקער.
עס איז א שפראך וואס די [[קריסטן]] אין [[לבנון]] און [[סיריע]] האבן גערעדט, ביז נישט לאנג צוריק, היינט אויף דער [[וועלט]] זענען פאראן ארום פופצן מיליאן וואס באהערשן די שפראך, אבער בלויז א האלבער מיליאן רעדן זי אלס מאמע לשון.
 
עס איז א שפראך וואס די [[קריסטן]] אין [[לבנון]] און [[סיריע]] האבן גערעדט, ביז נישטאינמיטן לאנגדער צוריק,ניינצעטער יארהונדערט. היינט אויף דער [[וועלט]] זענען פאראן ארום פופצן מיליאן וואס באהערשן די שפראך, אבער בלויז א האלבער מיליאן רעדן זי אלס מאמע לשון.
די שפראך וואס איז היינט באנוצט, איז נענטער צום אראמישן דיאלעקט פון תלמוד ירושלמי.
 
צווישן די [[קורדן|קורדישע אידן]] האט די שפראך געדינט אלס אומגאנג שפראך צווישן זיך, אנדערש ווי [[קורדיש]] פון זייערע שכנים. אין עטליכע ערטער אין [[מדינת ישראל]] קען מען הערן די שפראך, ספעציעל אין די שטעטל [[מבשרת ציון]], א פארשטאט צו [[ירושלים]] וואו א גרויסע אידישע געמיינדע פון קורדישע אפשטאם געפונט זיך. די דיאלעקט באנוצט דורך די אידן איז ענליך צום שפראך קענטליך אין מזרח, דאס הייסט אין געגנט פון בבל.
 
די שפראך וואס איז היינט באנוצט אין סיריע אדער לבנון, איז נענטער צום אראמישן דיאלעקט פון תלמוד ירושלמי.
 
היינט איז דא מענטשן וואס געבן זיך אפ מיט אויפפרישן די שפראך צווישן די קריסטן וואס זענען פון [[גרויס סיריע]].
 
== דיאלעקטן ==
די שפראך האט אמאל געהאט גאר אסאך דיאלעקטן וואס מערסטנטייל עקזיסטירן שוין נישט מער. אין [[ארץ יהודה|יהודה]] איז געווען באקאנט איין סארט, אין [[גליל]] איז געווען אן אנדערע דיאלעקט, ווי אויך האבן די קריסטן און אנדערע פעלקער געהאט באזונדערע אייגנארטיגקייטן וואס האט אפגעזונדערט איין גרופע פונעם צווייטן.
 
אין אלגעמיין ווערט די שפראך צוטיילט דורך פארשער צו צוויי קאטעגאריעס, די מזרח דיאלעקט און די מערב דיאלעקט, וואס אינערהאלב די געגנטער זענען געווען קליינע אבער מערקבארע חילוקים אין שפראך.
 
{{וויקיפעדיע|arc|אַראַמיש}}