אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "חיים בן עטר"

אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
אין תקציר עריכה
טאַגן: מאביל־רעדאַקטירונג מאביל וועב־רעדאקטירונג
אין תקציר עריכה
טאַגן: מאביל־רעדאַקטירונג מאביל וועב־רעדאקטירונג
שורה 30:
דער חיד"א ברענגט אין זיין ספר ''שם הגדולים'' אז אין מדינת פולין איז געווארן אנגענומען דער אור החיים און מען לערענט אסאך זיינע ספרים, וויבאלד דער צדיק ר' [[בעל שם טוב|ישראל בעל שם]] האט געזאגט גרויסע זאכן אויף זיין נשמה.
 
דער חיד"א שרייבט<ref>אין ספר דבש לפי אות ת'</ref>, ווען איך בין געווען יונג האב איך געזעהן דער הייליגען מאן און חסיד ר' חיים בן עטר, ער האט מייסד געווען אין זיין ישיבה א חבורה וואס זאל לערנען א גאנצע נאכט פון מוצאי שבת קודש ביז צופרי, ער האט צוטיילט די נאכט אויף פיהר טיילן און יעדע משמורה האט א אנדערע חבורה געלערנט משנה, גמרא, זוהר, הלכה, אלע לימודים האט ער מסדר געועןגעווען לויט הייליגע שמות און כוונות.
 
אויך שרייבט ער אויף איהם אזוי: איך האב געזעהן הרב המופלא דער הייליגער חסיד, אז פארפוריםפאר פורים האט ער געפאסט דריי טעג נאכדאנד אהןאן קיין הפסקה, ער האט געפאסט סיי בייטאג און סיי ביינאכט, דאס איז לויט די רייד פון [[האר"י]] אז עס ווערט פארעכנט ווי גלייך מען פאסט גאנצע פערציג טעג<ref>ספר ככר לאדן דקכ"ד</ref>.
 
דער קאמארנער רבי ברענגט אין זיין ספר [[נתיב מצוותיך]] אז די סיבה פאר וואס דער [[בעל שם טוב]] האט אזוי שטארק געוואלט פארן קיין ארץ ישראל, דאס איז וויבאלד ער איז געווען א בחינה פון די רוח פון משיח, און דער אור החיים איז געווען אין די בחינה פון נפש פון משיח, און אויב די ביידע טרעפן זיך וואלט נתעורר געווארן די נפש און רוח פון משיח, אבער פון הימל האט מען אנדערש געוואלט.
 
הר' [[גרשון קיטוב'ער]] האט פארציילט פאר'ן אוה"ח הק', אז דער בעש"ט וויל ארויפקומען קיין ארץ ישראל זיך צו טרעפן מיט אים. האט אים דער אוה"ח הק' געזאגט, ער זאל פרעגן דעם בעש"ט אויב בשעת ווען ער גייט שפאצירן אין די עולמות העליונים צו ער זעהט אים אינגאנצן, די תשובה איז געווען אז ניין, דער בעש"ט זעטזעהט נאר זיינע פיס. האט דער אוה"ח הק' געזאגט, אויב אזוי איז א שאד ער זאל קומען, ער וועט עס סייווי נישט מאכן. וכך הווה, ווי עס איז באקאנט די מעשה.
 
== זיינע חיבורים ==