אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "גירוש שפאניע"

אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
מ וויקילינק, און נאך
אין תקציר עריכה
טאַגן: מאביל־רעדאַקטירונג מאביל וועב־רעדאקטירונג
שורה 2:
'''גירוש שפאניע''' (אדער גירוש ספרד) איז דער געצוואונגענער גירוש (פארטרייבונג) פון דער [[איד]]ישער געמיינדע וואס האבן געוואוינט אין [[שפאניע]] בשנת ה'רנ"ב (1492), און איז אויך אריבער בשנת ה' רנ"ז (1497) צו די אידן פון [[פארטוגאל]], און אום ה' רנ"ח (1498) אויף די אידן וואס האבן זיך געפונען אונטער דעם קעניגרייך פון [[נאווארע]] וואס איז צפון פונעם [[איבערישער האלבאינזל|אייבערישן האלבאינזל]]. דער גירוש האט נאכגעפאלגט א באפעל וואס איז פארשפרייט געווארן דורך [[פערדינאנד דער צווייטער פון אראגאן|פֿערדינאנד דער צווייטער]] קעניג פון אַראַגאן און זיין ווייב, די קעניגן איזעבעלא די ערשטע פון קאסטילע אין דעם באפעל ווערט געזעצליך פארבאטן פאר אידיש גלויבענדע צו וואוינען אונטער די פאראייניגטע קעניגרייך פון קאסטילע און ארעגאן.
 
די אידן האבן געהאט אן אויסוואל: זיך צו [[שמד]]'ן צו קריסטנטום אדער צו פארלאזן דאס לאנד אין לויף פון פיר מאנאטן. א טייל אידן האבן אויסגעקליבן זיך צו שמד'ן, כאטשיג אויסערליך, און זענען געבליבן אין שפאניע ווי אנוסים (מאראנאס). די אידן וועלכע זענען פארטריבן געווארן זענען אנטלאפן צו דערנעבענדיגע לענדער ביי די בארטענעס פונעם [[מיטלענדישער ים]] צו [[צפון אפריקע]] און צו דער [[אטאמאנישע אימפעריע|אטאמאנישער אימפעריע]], און אין [[אייראפע]]: קיין [[פראנקרייך]], [[איטאליע]], [[בולגאריע]], די נידריגע לענדער (היינט [[האלאנד]] און [[בעלגיע]]) און [[דייטשלאנד]].
 
די באפעל האט אפגעשפיגעלט די פאנאטיש אידעלאגישע פאליטיק פון די שפאנישע קעניגרייך וואס האט געוואלט ערצייגן א פאראייניגט קריסטליכע קעניגרייך, אן קיין רעליגיעזע מינאריטעט. אין דער זעלבער צייט וואס מען האט דעפארטירט די אידן האט די רעגירונג שוין געוועבט פלענער איבער דער פארטרייבונג פון די מוסולמענער פון שפאניע. נאך א סעריע פון מוסלעמענע גירושים פון גרענאדע האט דאס קאסטילע קעניגרייך אין יאר ה'רס"ב (1502) ארויסגעגעבן א קעניגליכע באפעל אויף די מוסלעמענער וואס וואוינען אונטער די קעניגרייך זיך צו טוישן צו קריסטענטום אדער צו פארלאזן די לאנד. צוליב די באפעל האבן א טייל מוסלעמענער אויסדערוועלט צו לעבן ווי מוסלמענער מאראנאס (Moriscos) און די אנדערע זענען פארטריבן געווארן. אין יאר ה'רס"ז (1507) איז די גירוש באפעל פארשפרייט געווארן אויך צו אנדערע לענדער אונטער דער הערשאפט פון דעם שפאנישן קעניגרייך, דרום [[איטאליע]], [[סיציליע]] און [[סארדיניע]].
 
דער גירוש שפאניע טוט אפצייכענען די ענדע פון א רייכן קאפיטעקאפיטעל אין דער אידישער היסטאריע. עס האט איבערגעלאזט א טופןטיפן איינדרוק אין [[ליטעראטור]], [[געזאנג]], אין די ספרי [[הלכה]] אויף די קומעדיגע דורות און די ערעפענונג פון פרישע אידישע [[קהילות]] וואו עס זענען אנגעקומען די פארטריבענע אידן פון שפאניע.