אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "מרדכי האגער"

אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
מערצאל
not good
שורה 1:
{{אדמו"ר
|נאמען=מרדכי האגער
|טיטל=''וויזשניצער רבי אין מאנסי''
|בילד= רבי מרדכי הגר.jpg
|באשרייבונג=הרב מאטעלעמרדכי האגער, וויזשניצער רבי
|עיקר חיבור=
|געבורט דאטע= י"ח תמוז תרפ"ב
שורה 17:
|נאכפאלגער=
|פירערשאפט= [[ה'תשל"ב|תשל"ב]] - [[ה'תשע"ח|תשע"ח]]
|זיינע רביס= רבי [[יואלחיים טייטלבויםמאיר האגער]], דער פון„אמרי סאטמארחיים
|ספרים=אור מרדכי
|פאטער=רבי [[חיים מאיר האגער]]
שורה 28:
|קינדער3=
}}
הרב '''מרדכי האגער''' ([[י"ח תמוז]], [[ה'תרפ"ב|תרפ"ב]] - [[כ"ט אדר|כ״ט אדר]] [[ה'תשע"ח|תשע״ח]]), אויך באוואוסט אלס '''ר' מאָטעלע''', איז געווען דערוויזשניצער [[וויזשניץ מאנסי (הויף)|וויזשניצער]] רבי אין [[מאנסי]]. ער און זיין ברודער רבי [[משה יהושע האגער]], דער "ישועות משה", האבן זיך צעטיילט דאס חסידות פון וויזשניץ נאך דער פטירה פון זייער פאטער, רבי [[חיים מאיר האגער]], דער „אמרי חיים". ר' מאָטעלע האט זיך הויפטקווארטירט אין מאנסי און ר' משה'לע איז געבליבן אין [[בני ברק]].
 
== ביאגראפיע ==
רבי מרדכי איז געבוירן אין יאר [[ה'תרפ"ב]] צו זיין פאטער, רבי [[חיים מאיר האגער]] פון [[וויזשניץ (שטעטל)|וויזשניץ]], און זיין מוטער מרת מרגליא, א טאכטער פון רבי [[וועלוועלע טווערסקי]] פון [[רחמיסטריווקא (הויף)|רחמיסטריווקא]]. זייט זיינע קינדערישע יארן איז ער געווען אנגעקניפט צו זיין זיידן רבי [[ישראל האגער (א)|ישראל האגער]] דער "אהבת ישראל". יונגערהייטי האט ער איבערגעלאזט זיין פאטער'ס שטוב און געגאנגען לערנען א שטיקל צייט ביים [[סאטמאר (הויף)|סאטמארער]] רבין, רבי [[יואל טייטלבוים]] וועמען ער האט פארעכנט פאר זיין רבין.
 
שפעטער איז ער אריין לערנען אין דער ישיבה פון הרה"ק בעל [[יוסף גרינוואלד|ויחי יוסף]] פון [[פאפא]] . אין די ביטערע קריגס-יארן, איז זיין טאטע דער אמרי חיים געראטעוועט געווארן מיט אלע קינדער בדרך נס. (א גרויסער אנטייל אין דער רעטונג פון דער משפחה האט גענומען די שוועסטער פונעם רבי'ן הרבנית מרת [[שבע ברכה ערנסטער]] דער רבי האט געפלוכטעט קיין [[בוקארעסט]], רומעניע, אום [[י”ט אייר]], א טאג נאך [[ל”ג בעומר]]. שפעטער, נאכדעם וואס ער איז שוין אנגעקומען צו א זיכערן ארט, פלעגט ער יעדעס יאר אפצייכנען די אומפארגעסליכע געשעעניש און פראווען א לחיים טיש לכבוד דער הצלה און אומגעהויערע ניסים וואס דער אייבישטער האט געמאכט.
שורה 44:
אין יענע יארן האט ער געוואוינט קעגנאיבער דעם הויז פונעם סאטמארער רבי הרה"ק רבי [[יואל טייטלבוים]], פון וועם ער איז געווען א תלמיד וחסיד מובהק, און דעריבער איז ער געווען אן אפטער גאסט ביים רבי’ן אין שטוב, און צומאל אפילו פארברענגט גאנצע נעכט בעניני השקפה, און גלייכפאלס האט ער אויך גענאסן פון אן אויסטערלישע הערצה און חביבות פונעם רבי'ן.
 
אין יאר [[ה'תשכ”ד]], האט דער רבי באשלאסן צו פארלאזן די שטאט, זעענדיג אז ישיבת כרכים קשה, און ס’איז שווער מחנך צו זיין דורות אין שטאט. טראץ וואס ס’איז געווען ביטער שווער, און ס׳האט אויסגעזען ווי אן אוממעגליכע זאך, האט דער רבי זיך אויפגעהויבן מיט א גרופע משפחות פון חסידים און זיך געצויגן קיין מאנסי, אין אפסטעיט ניו יארק, און דארט געגרינדעט א נייע שכונה פאר חסידי וויזשניץ. תמוז תשכ״ד איז אפיציעל באנייעט געווארן דאס נייע וויזשניצער שטעטל אין מאנסי.
 
ביז ווען זיין פאטער דער אמרי חיים האט נאך געלעבט, פלעגט דער רבי פארן יעדעס יאר קיין ארץ ישראל, און דארט געדאוונט פאר’ן עמוד און געדינט אלס בעל תוקע.
 
אין [[ה'תשל"ב]], נאך דער פטירה פון זיין טאטן, זענען ביידע ברידער באקרוינט געווארן רבי'ס. אין ארץ ישראל האט איבערגענומען דער פירערשאפט דער עלטערער ברודער, רבי [[משה יהושע האגער|משה יהושע]], און אין אמעריקע רבי מרדכי.
 
כ״ט אדר תשע״ח צופרי, איז ער נפטר געווארן אין שפיטאל אין [[מאנהעטן]], [[ניו יארק]], און באערדיגט געווארן אין [[בית החיים]] ד'קהל תורת חיים וויזשניץ מאנסי , אין א ריזיגער לוויה וואס איז ארויס פון בית המדרש הגדול לבוש מרדכי אין מאנסי. לויט דער [[צוואה]], זענען אלע זיינע זין באקרוינט אלס רבי'ס,<ref>http://www.bhol.co.il/126642/הצצה-ייחודית-שבעת-הממשיכים-מויזניץ-מונסי -שיוכתרו-לאדמורים.html</ref> יעדער אין זיין וואוינארט.
 
== הנהגות ==
רבי מאטאלע פלעגט זיך האלטן פאר א סאטמארער תלמיד, זיין וועלט-איבערבליק איז געווען ענדליך צו דער שיטה פון סאטמאר און [[עדה החרדית]], אבער טראצדעם, איז ער נישט ארויס אפענערהייט קעגן דער [[אגודת ישראל|אגודה]].
 
ער פלעגט אסר׳ן פאר זיינע חסידים די איינוואוינערס פון [[בארא פארק]] און [[וויליאמסבורג]] צו טראגן אום [[שבת]], טראצדעם וואס עס איז פאראן דארט אן [[עירוב]].