אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "ציפורי"

אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
אין תקציר עריכה
צוגעלייגט חלקים
שורה 21:
 
היינט איז דארט א נאציאנאלער פארק, ווען קרוב צו הונדערט יאר געפונען היסטארישע פארשער און ארכעאלאגן ארטיקלען וועלכע באצוען זיך צו דער שטאט.
 
 
== ארכעאלאגיע ==
איינצעלנע כלים זענען געפונען געווארן פונעם פערסישן תקופה אין ארץ ישראל, בעיקר א שארבענע גלאז מיט א מיטאלאגישע צייכענונג. אבער אנגעהויבן פון ענדע העלענישע צייטן טרעפט מען מער חפצים און געביידעס. פון די העלענישע תקופה האבן פארשער געפונען א מיליטערישע פעסטונג אויפן שפיץ בארג (אקראפאליס), אינעם פעסטונג זענען געפונען געווארן א מקווה און צעבראכענע שארבן מיט העברעישע בוכשטאבן געשריבן אויפדעם. די פעסטונג איז ווארשיינליך נייטראליזירט געווארן דורך די שטאט איינוווינער אין שפעטערע תקופות, און חלקים פונעם יסוד און אינערהאלב די סטראוקטור זענען געווארן אנגעפילט מיט זאמד און שטיינער, נאנט צום ענדע פון בית המקדש. די פעסטונג איז דאטירט געווארן צו א פריערדיקע העלעניש תקופה, נאך איידער די חשמונאים האבן איינגענומען דעם גליל, און די יידישע זאכן אינעם פעסטונג צייגן אז יידן האבן געוויילט אין די געגנט נאך איידער די חשמונאים האבן אינקארפארירט די גליל ראיאן צו זייער מלוכה.
 
פון די פריע רוימישע תקופה געפונען מיר א שטעטל אויפן בארג און ארום דעם בארג, פיל מיט פריוואטע הייזער וואס א מערהייט פון זיי האבן מקוואות, וואס ווייזט אויף די יידישקייט פונעם שטאט, אין צוגאב צודעם האבן פארשער געפונען די מיסט פון שטאט, און שטודירט די אפפאל פון איבערבלייבענישן פון בהמות, נאר כשר'ע מינים זענען געווען צו געפונען, חזירים צום ביישפיל, א הויפט מאכל צווישן די רוימער זענען געווען ווייניגער פון א פראצענט פון די איבערבלייבענישן.
 
פון די שפעטערדיקע רוימישע תקופה, געפונען מיר א גרויסע געגנט וואס ווערט גערופן די רוימישע שטאט, די גאסן לויפן געאמעטריש איינער פאראלעל צום צווייטן, ווען צוויי הויפט גאסן [[קארדא מאקסימוס]] לויפט פון צפון אויף דרום ריכטונג, און די [[דעקומאנוס מאקסימוס]] לויפט פון שטאט אריינגאנג אויף מזרח צו מערב ארויף צום בארג. ווען די קלענערע גאסן האקן דורך די צוויי גאסן ווי א נעץ. דארט וואו די הויפט גאסן טרעפן זיך איז פארהאן א [[פארום]], די שטאטישע מארקעט פונעם רוימישן שטאט צענטער, עס עזנען געפונען געווארן חלקים פון רוימישע בעדער געבויט אקוראט לויט די רוימישע בויעריי און מייסטערשאפט, אינאיינעם מיט מקוואות. די הויפט גאסן האבן טראטוארן און זענען קענטליך און מערקבאר ביז היינט מיט די שווערע שטיין און קריצן פון די וועגענער נאך פון דעמאלסט. אן אפלויף סיסטעם פאר שמוציגע וואסער, פון רעגן, בעדער און א פובליק בית כיסא, האט ארויסגעטראגן די וואסער אינדרויסן פון שטאט. די רוימישע שטאט האט אויך מקוואות אונטער די הייזער גענוי ווי די אלטע חלק פון שטאט.
 
די הויכפונקט פון די ארכעאלאגיע, איז די וואסער קאנאלן אריינצוברענגען פרישע וואסער אין שטאט, אנהייב איז דער שטייגער געווען וואסער גרובן, פריוואטע און ציבור'ישע וועלכע האבן באדינט דעם באפעלקערונג באנוץ, אבער ווען די שטאט איז געווארן גרויס און זיך פארשפרייט אראפ פונעם בארג, איז אונטערגענומען געווארן א מאסיווע בוי פראיעקט, פון אקוואדוקטן, וואסער איינריכטונגען וואס ברענגען דורך בריקן און בעיקר טונעלן, וואסער פונעם טאל, פון צוויי באזונדערע ערטער, אויף א רוטע וועלכע טרעפט זיך אינמיטן וועג, ווי עס לויפט אריין אין שטאט, און צעטיילט זיך, א טייל וואסער איז געהאלטן געווארן אין אן אונטערערדישע רעזערוואר, און די אנדערע טייל האט ארומגעקרייזט די שטאט ארום און ארום דעם בארג, פון וואו איינוווינער האבן געקענט שעפן וואסער אדער מער פארמעגליכע האבן געהאט וואסער אין זייער שטוב. צוליב טאפאגראפישע סיבות, האבן די איינוווינער אויפן בארג נישט געהאט קיין צוטריט צו די קאנאלן, וויבאלד, די בארג איז הויעך איבער 900 פיס העכערן ים פלאך.
 
נאך פונעם רוימישה תקופה, זענען די פולע מטבעות וואס די שטאט האט געלאזט גיסן, פון אנהייב זענען זיי געווען יידישע מטבעות, אן צייכענונגען אדער בילדער פון פערזאנען אדער חיות, וואס אמאל שפעטער האבן די מטבעות אנטהאלטן קריצונגען פון די פארשידענע רוימישע קייסערן. מיט פארשידענע אויפשריפטן אין גריכיש, וועלכע ווידערהאלן דעם סלאגאן, אז ''ציפורי איז שטאט פון שלום.'' איין מטבע פון שטאט האט א קריצונג פון טיכא, די גאט פון מזל ביי די גריכישע מיטאלאגיע אינמיטן א געצנדינער טעמפל, וואס דאס איז א רעוואלוציע פאר א יידישע שטאט. מערערע טעאריעס זענען אויפגעברענגט געווארן אלס רעזולטאט פון די מטבעות, איבערן יידישקייט פונעם שטאט צוליב די מטבעות.
 
איינער פון די הויפט חילוקי דעות איבערן שטאט, איז די טעאטער וועלכע איז געפונען געווארן אויפן זייט פונעם בארג, בשעת טייל טענה'ן אז דאס האט אנטיפס געבויט, זאגן אנדערע אז דאס איז פון די רוימישע תקופה פון נאכן חורבן בית המקדש, דאס צוליב ארטיקלען געפונען אונטערן בינע ביי די יסודות פונעם סטרוקטור. א פראכטפולע רוימישע ווילא איז אויך געפונען געווארן אויפן בארג, ווען געוויסע האבן געוואלט טענה'ן אז דאס איז די נשיא'ס הויז, אבער אן קיין גרונטליכע פארשונג אדער מקור.
 
אינעם רוימישן קווארטאל זענען געפונען געווארן פון ביזאנטישע תקופה נאך אינטערסאנטע געביידעס, א שול אנגעפילט מיט צייכענונגען און בילדער בעיקר פון יידישע טראדיציע, אבער אויך העליוס, וועלכע דינט אלס א גאט אינעם גריכישן מיטאלאגיע איז געמאלן געווארן אויפן פאדלאגע פונעם שול, אינאיינעם מיט אנדערע מאטיוון ווי די עקידה און נאך. א קירכע איז אויך געפונען געווארן אין שטאט פון די תקופה און צום לעצט, איז די וויינהויז, אדער דיאניסוס הויז, וואס איז פיל מיט מאלערייען איבער וויין און באצייכענט א געצנדינעריי טראדיציע מיט מסיבות און אנדערע סארט מאלערייען וועלכע זענען א חידוש פאר א יידישע שטאט און אפילו פאר קריסטן. פון די סארט בילדער, שטעלט זיך ארויס אז ווי געשריבן איז אין פערטן יאר הונדערט, שוין אנגעהויבן דעם אונטערגאנג פון יידישן שטאנדפונקט איבערן חשיבות פונעם שטאט, מער און מער גויים, קריסטן אדער גריכישע געצנדינער האבן אנגעפילט דעם שטאט. ביז ווען די שטאט איז געווארן כמעט ליידיג פון יידן אינמיטן פערטן יארהונדערט.
 
 
=== נישט געפונענע ארכעאלאגיע ===
אין משנה שטייט איבער א מויער פון יהושע בן נון'ס צייטן וועלכע האט ארומגענומען די שטאט, די מויער איז באצייכענט אויך דורך יוסעפוס און אנדערע, אבער קיין זכר איז נישט געפונען געווארן דערפון. וויבאלד די פריעסטע ארטיקלען זענען דאטירט צום פערסישן עפאכע, דרינגען די חוקרים ארויס דערפון, אז די תנ''כישע שטאט געפונט זיך אויף אן אנדערע לאקאציע, נישט ווייט פון ציפורי פון צווייטע בית המקדש.
די שטאט מארקעט אויפן בארג, וואס ווערט דערמאנט דורך חז''ל אלס די שוק העליון, איז ביז היינט דערווייל נישט געפונען געווארן.
 
 
== געאגראפיע און דעמאגראפיע ==
די שטאט אויפן בארג איז 290 מעטער העכערן ים פלאך, וואס מאכט דאס ארט פאר א סטראטעגישע מיליטעריש און פאר זיכערהייט. ציפורי געפונט זיך אויף א קרייצוועג אויף הויפט שאסייען וואס די רוימער האבן געבויט אנהייב 120, ווען [[אדריינוס]] איז געווארן קייסער, איין הויפט שאסיי פירט פון [[עכו]] קיין [[טבריה]], און די אנדערע פירט פון ציפורי צו די גרויסע מיליטערישע באזע און קאלאניע לאגיו-[[מגידו]]. די שאסייען האבן געדינט יידישע רייזענדע און איז באהאנדעלט געווארן דורך יידישע מקורות מערערע מאל לענייני הלכה אדער אגדה. די היינטיקע שאסיי סיסטעם קיין טבריה, לויפט טיילוויז אויפן אלטע רוטע וואס רוימער האבן געבויט, אבער לויפן היינט נישט דורך דעם שטאט זעלבסט.
 
די שטאט געפונט זיך 25 קילאמעטער ווייט פון די ים ברעגעס פון [[מיטלענדישע ים]] און א דרייסיק קילאמעטער פון די [[כנרת]].
 
עס איז אומבאקאנט גענוי וויפיל די באפעלקערונג אינעם שטאט איז געווען, מיינונגספארשידנהייטן און אפשאצונגען שטעלן די באפעלקערונג אויף א צאל פון צווישן 12,000 ביז 25,000, אבער איז אוממעגליך פעסטצושטעלן. אבער פאר ארץ ישראלדיקע באגריפן פון יענע תקופה נאכן חורבן, הייסט דאס א גרויסע שטאט.
 
[[קאטעגאריע:אידישע היסטאריע]]