אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "ציפורי"

אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
אין תקציר עריכה
אין תקציר עריכה
שורה 1:
'''ציפורי''' איז געווען א שטאט אין [[אונטער גליל]] פון [[ארץ ישראל]], צפון מערב פון דער היינטיגער שטאט [[נצרת]] אומגעפער פיר קילאמעטער.
 
א [[יהודים|יידישע]] שטאט האט עקזיסטירט דארט פון דער תקופה פון די [[חשמונאים]] ביזן 5טן יארהונדערט, און יידן האבן נאך געוואוינט אין דעם געגנט ביזן 10טן יארהונדערט. די שטאט האט א ספעציעלן חשיבות אין דער יידישער היסטאריע, ווייל אין ציפורי זענען געווען טעטיג עטלעכע פון די הויפט תנאים פון דער [[משנה]], דארט האט [[רבי יהודה הנשיא]] געפירט דעם [[סנהדרין]], אן דארט האט ער געשלאסן די [[משנה]]. די שטאט ווערט דערמאנט א סך מאל דורך [[חז"ל]].
 
== היסטאריע ==
די ערשטע אנטדעקונגען פון דער שטאט גייען צוריק צו [[פערסישע אימפעריע]] צייטן, ווען געציילטע ארטיקלען געפונען זענען דאטירט צו יענער עפאכע. ס'מערהייט ארכעאלאגישע ערפינדונגען אויפן היסטארישן ארט, דאטירן אנהייב רוימישע צייטן און ציען זיך ביז נאך דעם איבערגאנג פון דעם גליל ראיאן פון דער [[ביזאנטישע אימפעריע|ביזאנטישער אימפעריע]] צו די [[אראבער]].