אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "ישראל באנען"

אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
(perhaps better (excuse my non-existing Hebrew
דערהיינטיגט פלענער און ארבעט
שורה 94:
 
===פלענער צו פארברייטערן===
עס זענען פארהאן אסאך פלענער, פון פארברייטערן די נעצווערק. איינער איז בויען א געהעריקע גליל באן ליניע, וואס וועט פארן אינעם [[חולה טאל]] ביז קיין [[קרית שמונה]]. טייל פון דער ליניע, פון די קריות ביז [[כרמיאל]], האט זיך געעפנט אין סעפטעמבער 2017.
 
 
די [[ירושלים]] [[תל אביב]] שנעלצוג, וואס די רייזע וועט דויערן ווייניגער פון א האלבער שעה, איז איינע פון די פראיעקטן וואס די ישראל באנען, איז געבליבן שטעקן אינדערמיט, און עס איז נישט געמאכט געווארן צופיל פארשריט, אין די לעצטע פאר יאר, יעצט לויטן פלאן וועט עס פארענדיקט ווערן ביזן יאר 20182019. יעצט איז די ליניע טיילווייז אפן און לויפט צווישן [[בן גוריון פליפעלד]] קיין ירושלים, ווען דורכאויס 2019 וועט די ליניע ווערן פולקאם עלעקטעריזירט ביז קיין תל אביב און מעגליך ביז הרצליה. ווי אויך איז פלאנירט די פארבינדונג צווישן ירושלים און [[מודיעין]] אויפן עלעקטעריזטן באן ליניע, קאנסטרוקציע פארן פארבינדונג און דער קנופ ווערן אצינד געמאכט, און וועט פארענדיגט ווערן אין 2020. לויט ישראל באנען אפשאצונג וועט די רייזע דויערן זיבעצן מינוט.
 
אויפשטעלן א רינג אין צפון [[גוש דן]], ווי [[רעננה]] וועט פארבינדעט ווערן מיט [[הרצליה]]., דורכאויס יאר 1919
 
איבערפרישן און פארברייטערן די מזרח ליניע, וואס לויפט פון [[לוד]], ביזן אלטן מזרח [[חדרה]] באן סטאנציע, און אזוי ארום לינדערן די באן פארקער אויפן בארטן ליניע. סטאנציעס וואס וועלן ווידעראמאל אנהייבן צו ווערן באנוצט, איז תעופה, [[אלעד]], ראש העין דרום, ווי אויך דער עקזיסטירענדע צפון, נייע סטאנציעס וועלן געבויט ווערן נעבן די צוויי אראבישע שטעט טייבע און טירא, ווי אויך אחיטוב ביז קיין חדרה מזרח, ווי א קנופ וועט פארבינדן די ליניע צום בארטן ליניע, צווישן חדרה און חיפה.
 
פון די מזרח ליניע וועט צוגעבויט ווערן רעלסן דורך [[חריש]] ביז קיין [[עפולה]] באן סטאנציע, מיינונגס פארשידענהייטן איבערן רוטע עקזיסטירן צוליב א בערגיגע און געדיכט באוווינטע אראבישע שטאט [[אום על פאכעם]] וועלכע געפונט זיך דירעקט אינמיטן וועג צווישן עפולה און חדרה. דעריבער ווערן געפלאנט אנדערע רוטעס און אומוועגן, אויסצומיידן די גרובן טיפע טונעלן ווען די אלטערנאטיוון זענען פיל מער צוגענגליך.
 
פון די עפולה באן סטאנציע איז פלאנירט א פארבינדונג צו [[טבריה]], וואס וועט האבן א סטאנציע אינעם שטעטל [[כפר תבור]], צוליב דעם וואס א רעגלמעסיגע באן איז שווערער אין באוועגונג, ווערט אויך באטראכט די מעגליכקייט צו בויען א לייכטע באן אנשטאט, וועלכע קען אריינפארן אין מערערע דערפער און שטעטלעך אויפן וועג. די סטאנציע אין טבריה איז פלאנירט צו זיין נאנט צום פוריה שפיטאל אויפן בארג, וויבאלד א רעגלמעסיגע באן קען נישט אראפפארן דעם טאל ביי אזא דראסטישע שיפקייט, אוואו דער שטאט צענטער געפונט זיך.
 
גלייכצייטיג ווערן פלאנירט פרישע רעלסן אין נגב, די דימונה באן סטאנציע וועט זיך רוקן מיט א צוויי קילאמעטער אריין אין שטאט און די רעלסן וועלן אויסגעברייטערט ווערן ביז קיין [[ירוחם]]. ווי אויך איז פלאנירט צו בויען א ליניע וועלכע וועט פארבינדן די שטאט [[ערד]] קיין באר שבע, מיט א סטאנציע אין [[נבטים]] (א מעגליכע צוקונפטיגער אינטערנאציאנאלער פליפעלד און אצינד א מיליטערישע באזע און פליפעלד פאר די לופט קרעפטן) און דאס בעדואינער שטאט קסייפע.
 
== זעט אויך==