אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "ציפורי"

אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
געשאַפֿן בלאַט מיט ''''ציפורי''' איז געווען א שטאט אין אונטער גליל פון ארץ ישראל, צפון מערב פון די היינטיג...'
(קיין אונטערשייד)

רעוויזיע ביי 14:40, 8 פֿעברואַר 2019

ציפורי איז געווען א שטאט אין אונטער גליל פון ארץ ישראל, צפון מערב פון די היינטיגע שטאט נצרת אומגעפער פיר קילאמעטער.

די ערשטע אנטדעקונגען פונעם שטאט גייען צוריק צו פערסישע אימפעריע צייטן, ווען געציילטע ארטיקלען געפונען זענען דאטירט צו יענע עפאכע. ס'מערהייט ארכעאלאגישע ערפינדונגען אויפן היסטארישן ארט, דאטירן אנהייב רוימישע צייטן און ציען זיך ביז נאך די איבערגאנג פון די גליל ראיאן פון די ביזאנטישע אימפעריע צו די אראבער.

די שטאט געפונט זיך אויף א בארג אקראפאליס, ווען אין לויף פון די יארן זענען צוגעלייגט געווארן נייע געגנטער צום שטאט אויף די זייטן פונעם בארג, אנגעהויבן אין די פריע רוימישע צייטן דורך הורדוס און זיין משפחה]] און שפעטערע תקופות ווי נאך די חורבן בית המקדש דורכאויס די רוימישע צייטן פון נאך די צווייטע בית המקדש.

דאס ערשטע מאל וואס ציפורי ווערט דערמאנט דורך סיי וועלכע אידישע מקור, איז דורך יוסף בן מתתיהו אין זיין בוך אויף אידישע היסטאריע, קדמוניות היהודים. ווען ינאי המלך פון די חשמונאים דינאסטיע, האט אטאקירט עכו און די קעניג פון קיפראס תלמי, איז געקומען צו הילף פאר די איינוווינער פון יענע שטאט. תלמי האט אונטערגענומען אן אפענסיווע אינעם גליל, ער האט מיט זיין ארמיי אנגעגריפן די שטאט ציפורי, אבער האט זיי נישט געקענט בייקומען.

לויט ווי יוסף בן מתתיהו שרייבט, איז די שטאט געווען א טייל פון די קנאים, אן אידעאלאגיע שטארק אנוועזנד אין די ראיאן, און האט טיילגענומען אין עטליכע אויפשטאנדן קעגן די רוימער און זייערע פארשטייער, צוליב נאציאנאליסטישע און רעליגיעזע געפילן. ווען מתתיהו אנטיגונוס דער צווייטער האט אנגעפירט רעוואלט קעגן זיין פעטער יוחנן הורקנוס דער צווייטער, האט הורדוס מיט די הילף פון א רוימישע מיליטער איינגענומען די שטאט אין א שניי שטורעם, און באשטימט די שטאט אלס זיין הויפטשטאט פונעם גליל, וואו ער איז דערנאך געווארן הערשער, אין יאר 37 פארן ציילונג.

אין יאר 4 פארן ציילונג, איז הורדוס געשטארבן, ער האט פארטיילט זיין מלוכה צו זיינע קינדער, ווען דער גליל האט געזאלט אריבערגיין בירושה צו זיין זון הורדוס אנטיפס. א רעוואלט האט אויסגעבראכן און דער רוימישער פראקוראטאר פון סיריע -ווארוס, האט אונטערדרוקט די אויפשטענדלער, לויט יוספוס האט ער פארברענט די שטאט און די איבערלעבער האט ער פארקויפט צו קנעכטשאפט. אנטיפס האט געשטעלט ציפורי פאר זיין הויפטשטאט, ביז יאר 20 ביים גרינדונג פון טבריה, ווען דאס האט ער זיך אריבערגעצויגן צום ניי געגרינדעטן שטאט און די טיטל פון הויפטשטאט איז אריבער צו די נייע שטאט. ערשט אין יאר 61, איז די שטאט אריבער צו אגריפס דער צווייטער, וועלכע האט אריבערגעפירט די ארכיוון און צענטראלע באנק צוריק קיין ציפורי און די שטאט איז ווידעראמאל געווארן הויפטשטאט פון גליל.

ביי די גרויסע יידישע רעוואלט, אנגעהויבן אין יאר 66, האט ציפורי זיך געהאט ארויסגעשטעטלט קעגן דעם אויפשטאנד, זיי האבן אריינגעלאזט אספסיינוס אין שטאט און געבעטן זיין שוץ קעגן די אויפשטענדלער אינעם גליל. א דאנק זייער שטיצע פאר רוים, האט די שטאט ערהאלטן אנערקענונג אלס פאליס און האט אין יאר 67 אדער 68 אנגעהויבן גיסן מטבעות. די אפציעלע פאזיציע האט די שטאט אויסגענוצט אויף פארברייטערן די שטאט, מיט א צאל אונטערנעמונגען וואס זענען קענטליך אינעם שטאט ביז היינט, א רוימישע שטאט מיט בעדער און אקוואדוקטן, דאס לויט די שטייגער און טראדיציע פון פולע שטעט באיינדרוקט דורך די רוימישע אימפעריע.

נאך די בר כוכבא אויפשטאנד, איז ארץ יהודה גענצליך חרוב געווארן, די איבערלעבער פון יענע ערטער זענען אריבער צו צפון ארץ ישראל, דאס רעכנט אריין די נשיא און די סנהדרין, די שטאט איז געווארן א צענטראלע פונקט פאר יידישקייט פון נאכן חורבן, הויפטזעכליך נאך רבי יהודה הנשיא האט זיך אריבערגעצויגן אהין אינאיינעם מיט די סנהדרין. די משנה איז געשריבן און פארזיגלט געווארן אין דעם שטאט און מעגליך אנדערע חיבורים פון די תנאים, ווי תוספתא אדער ברייתא. די אמוראים האבן אויך געטוען אסאך אינדעם שטאט, אבער אין זייערע צייטן האט זיך דער עיקר תורה צענטער זיך אריבערגערוקט קיין טבריה, וואו עס איז ווארשיינליך פאר'חתמ'ט געווארן די תלמוד ירושלמי.

ציפורי אלס שטאט האט נישט טיילגענומען אינעם בר כוכבא אויפשטאנד פון יאר 132-135. אבער דורכאויס די פולמוס קיטוס פון 351 האט די שטאט רעוואלטירט קעגן קיטוס, די רוימישע פראקוראטאר און מיטדעם האט זיך געענדיגט די גלאררייכער היסטאריע פונעם שטאט, אינאיינעם מיט א שטארקע ערדציטערניש און א פייער וועלכע האט פארניכטעט די איבערבלייבענישן פונעם ארט.

היינט איז דארט א נאציאנאלער פארק, ווען קרוב צו הונדערט יאר געפונען היסטארישע פארשער און ארכעאלאגן ארטיקלען וועלכע באצוען זיך צום שטאט.

[[he[[en: Sepphoris ציפורי (יישוב עתיק)