אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "ספינקא (הויף)"

אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
טאַגן: מאביל־רעדאַקטירונג מאביל וועב־רעדאקטירונג
טאַגן: מאביל־רעדאַקטירונג מאביל וועב־רעדאקטירונג
שורה 92:
 
==בערעגסאז==
דער אמרי יוסף האט געהאט אן איידעם רבי [[אביגדור פאלאק]], א זון פון רבי יונתן בנימין פאלאק, מגדולי תלמידי בעל ה"[[חיים האלבערשטאם|דברי חיים]]" פון צאנז, וועלכער האט זיך אויס געדריקט אוףאויף רבי יונתן בנימין אז ער איז א קדוש וטהור.
 
אן אינטרעסאנטע זאך ווערט דערציילט אז רבי יונתן בנימין איז נסתלק געווארן יונגערהייט פון די הקפדה פון רבי אייזיקלאייזיק'ל קאמארנער, אן נעמענדיג זיך פאר כבוד רבו הדברי חיים מצאנז. די אינגע אלמנה איז געפאהרןגעפארן קיין צאנז, דער דברי חיים האט איהר אן געווינטשן אז פעריל בת זיסל וועט באלטבאלד צו טרעפן א שידוך וואס זי וועט זיך נישט דארפן שעמען מיטן ערשטן מאן. וכך הוה, אין א קורצער צייט דערנאך איז געווארן דער שידוך מיט איר צווייטן מאן, דאס איז געווען דער הייליגער אמרי יוסף, וואס איז מיט א צייט פריער געווארן אן אלמן אין [[מונקאטש]]. די רביצין האט געברענגט מיט איר דעם זון רבי אביגדור, וועלכער איז געווען דעמאלטס א יתום פיןפון פינף יאר אינגאנצן, און דער אמרי יוסף האט מיט געברענגט צוויי טעכטער צירל (אשת האורחות חיים) און מלכה. דערנאך (בשנת תרמ"ב) האבן אביגדור און מלכה חתונה געהאט, דאס הייסט אז דער אמרי יוסף האט גענומען דעם שטיף זון פאר אן איידעם, אןאון די רביצין האט גענומען די שטיף טאכטער פאר א שנור. דער אמרי יוסף מיט דער רביצין האבן דערנאך געהאט אויכעט שותפותדיגעשותפות'דיגע קינדער, דער הייליגער חקל יצחק זי"ע הי"ד און א טאכטער אלטא חנה (בזו"ר אשת ר' אברהם יקר רובינשטיין נכד המהרש"ם מברעזאן ובזו"ש אשת מהרי"ם מקאמארנא).
 
רבי אביגדור איז געווען באוואוסט ווי א קדוש עליון און א מתמיד עצום, פערציג יאר האט ער זיך נישט אריין געלייגט אין א בעט, ביי די שפעטערדיגע שעות פון די נעכט פלעגט ער האלטן א פעקל שליסלען אין די הענט אין אזוי געזיצן און געלערנט, כדי טאמער וועט ער חלילה איין שלאפן וועלן די שליסלען אראפ פאלן וועט ער זיך אזוי באלד אויף וועקן. נאך דער הסתלקות פון אמרי יוסף איז ער געבליבן אין ספינקא, אבער פון רוב שפלות אין ענוות קדשו איז ער אנטלאפן פון יעדן כבוד וועלכער איז געווען פאר אים די גרעסטע גנאי, חסידים מיטן רביןרבי'ן אליין - דער (יונגערער) ברודער (פֿון איין מאמע) דער חקל יצחק פלעגן אים נאך גיין מיטן גרעסטן כבוד, אבער ער איז אנטלאפן פֿון דעם ווי פֿון פייער, דער חקל יצחק פלעגט זיך אויס דריקן אז די משנה כל הבורח מן הכבוד הכבוד רודף אחריו איז ספעציעל אוףאויף אים געשריבן געווארן. דער ספה"ק "אמרי יוסף" האט ער צוזאמען מיטן ברודער דעם חקל יצחק איבער געארבעט, ווי עס ווערט דערמאנט אין דער הקדמה. ביי דער [[ערשטער וועלט מלחמה]] איז ער אנטלאפן קיין [[סיגעט]], דארט איז ער געווען דער שיינער איד אין די ספינקא קלויז, ספינקער חסידים אין סיגעט האבן אים אויס געהאלטן בדרך כבוד. ער האט נישט גערעדט קיין שום שיחת חולין נאר בלית ברירה פלעגט ארויס זאגן די ווערטער: נא,,, נו,,, וכדו'.
 
ואלה תולדותיו:
שורה 102:
*רבי שמואל צבי.
*רבי חיים אברהם פון [[בערעגסאז]] וואס איז נסתלק געווארן על פני אביו און האט איבער געלאזט צוויי קינדער:
** רבי יוסף מאיר הי"ד מבערגסאז (נפ' ד' אלול תש"א).
** הרבנית אסתר לאה הי"ד.
*רבי יונתן בנימין.
 
צו דער חתונה פֿון דעם אייניקל רבי יוסף מאיר (וואס איז געווען א יתום פון טאטע אין מאמע) וועלעכער איז געווען אין בערגסאז איז דער גרויסע זיידע נישט געפאהרןגעפארן היות בערגסאז איז געווען דעמאלטס אונטער די הערשאפט פון טשעכסלאוואקיע און סיגעט אין ראמעניא און אריבער צו גיין דעם גרעניץ האט מען געדארפט צום פאספארט מאכן א בילד האט ער ליבערשט מוחל געווען דאס באשיינען די חתונה און דער ברודער דער חקל יצחק זי"ע איז געווען עומד מצד נכד אחיו החתן. אזוי אויך ביי די חתונה פון זיין שוועסטער אסתר לאה מיט האדמו"ר רבי נפתלי צבי לאבין, האט דער חקל יצחק באשיינט בראש המסובים.
 
הגה"ק רבי אביגדור האט מאריך ימים געווען ביז י"ג שבט תרצ"ו לפ"ק, און מנוחתו כבוד אין די סיגעט באוהל מיוחד לחלקו.
 
פֿון דער גאנצער גזע לבית ספינקא דורך דעם איידעם רבי אביגדור איז געבליבן לעבן נאך דער צווייטער וועלט מלחמה, נאר די קינדער פון האדמו"ר רבי יוסף מאיר פאלאק פין בערגסאז.
שורה 114:
זיין רביצין הרבנית חנה האט חתונה געהאט נאך דער מלחמה מיט דעם [[אהרן רוקח|בעלזער רב]], און זי האט מיט געברענגט אירע צוויי יתומים: רבי אברהם אלטער און ביילא חיה.
 
רבי אברהם אלטער האט נאך חתונה געהאט בחייו פון זיין שטיף טאטע און איז במשך די יארן געווארן באוואוסט אלס פתח תקוה רבי, דארט האט ער אוועק געשטעלט א בית מדרש מיט מוסדות תורה וחסד אין דער שטאט [[פתח תקוה]], ער איז נסתלק געווארן (על פני אמו די בעלזער רעבציןרעבעצין), כ' אלול תשס"ו אין מנו"כ נעבן זיין שטיף טאטע ה אין הר המנוחות ירושת"ו.
 
הרבנית מרת ביילא חי' וועלכע איז שפעטער געווען די קוממיות'ער רביצין האט געהייראט רבי [[מנחם מענדל מענדלזאן]], זי איז אויך נפטר געווארן על פני אמה יונגערהייט כ"א אב תשנ"א אין די טאג פון די יארצייט פון איר שטיף טאטע דער בעלזער רב און ליגט אויך במחיצתו.
 
קינדער פון רבי אברהם אלטער פאלאק פון בערגסאז פתח תקווה:
* ר' יהושע זצ"ל געווען קאלבאסאווער רב אין ירושליים אין נסתלק געווארן על פני אביו בצעירותו ח"י שבט תשס"ו.
* ר' אהרן שליט"א וועלכער איז היינט בערגסאזער רבי אין [[אלעד]], אן איידעם ביי רבי משה אליקים בריעה כהנא מספינקא.
* ר' יוסף מאיר, בערגסאזער רבי אין בית שמש.
* ר' מרדכי, פראוועט אין דעם טאטנס ביהמ"ד אין פתח תקווה.
* ר' שלום פון בערגסאז ירושלים.
* ר' יואל.
* ר' משה.
* ר' יחזקאל.
 
און פיר איידעמער:
 
ר' דוד טווערסקי רב ק"ק ראחמסטריווקא אין ירושת"ו.
 
ר' ישעי' צבי (הירש) בריעף רב פון בימ"ד יערוסלב אין וויליאמסבורג.
 
ר' בערצי לייפער רב פון נדבורנה פתח תקווה.
 
ר' ישראל לייפער רב פון בערגסאז אין אלעד.
 
==רעפערענצן==