אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "נחמן מברסלב"

אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
←‏זיין יוגנט: פאראכטן פעלער
טאַגן: מאביל־רעדאַקטירונג מאביל וועב־רעדאקטירונג
[[]]
שורה 1:
רבי '''נחמן פון ברעסלאוו''' אדער ר' '''נחמן בראַסלעװער''' זצ"ל ([[א' ניסן]] [[ה'תקל"ב]] - [[י"ח תשרי]] [[ה'תקע"א]]) א [[אייניקל]] פון [[בעש"ט]], און דער גרינדער פון [[ברסלב|בראסלעווער]] [[חסידות]]. זיינע תורות און משָלים[[משָל|משלים]] זענען טיפע, ער האט געצויגן צו זיך מיט די יארן, הונדערטער חסידים.<ref>זעט אין ספר "כוכבי אור" פון ר' אברהם ב"ר נחמן חלק שיחות וסיפורים אז אינעם לעצטן יאר פאר זיין הסתלקות זענען געקומען צו אים אויף ראש השנה טויזנט אידן</ref> נאך זיין פטירה האבן זיינע חסידים נישט אויפגענומען קיין רבי כאטש וואס ר' נחמן האט מרמז געווען זאל זיין תלמיד ר' נתן ממשיך זיין פירן נאך אים, ווייל ר' [[נתן מברסלב|נתן]] האט געהאט גרויס אמונה און רעספעקט פאר זיין רבי ר' נחמן, און האט זיך נישט געפילט אלס א [[צדיק הדור]]. פון דאן איז דאס חסידות געווארן באקאנט אלס די '''טויטע חסידים'''.
 
== זיין יוגנט ==
שורה 12:
פון אנהייב אהן איז אים גוט אריין די זאך פון התבודדות, און האט דערין זייער אסאך עוסק געווען.
 
אין לערנען תורה איז ער געווען א זעלטנהייט, ער פלעגט פארציילן אז נאך אין זיינע יונגע יארן האט ער דורך געלערנט אלע חלקים פון דער תורה, עס איז כמעט נישט דא קיין ספר וואס ער האט דאן נישט געלערנט, ער האט אויסגערענט (שבחי הר"ן סי' ז') [[ש"ס]], פוסקים, תנ"ך, עין יעקב, זוהר תיקונים, כתבי [[האר"י]], ער האט געזאגט אז אסאך סארט מוסר ספרים האט ער דאן דורך געלענט, ספעציעל האט ער געלערנט דעם באקאנטן ספר [[ראשית חכמה]].
 
אלס קינד פלעגט ער אסאך לויפן צו זיין זיידן'ס קבר דעם בעל שם טוב, ער פלעגט דארט מאכן אסאך התבודוות און געשריגן צו השי"ת ער זאל זוכה זיין דערנענטערט ווערן צו אים. ער פלעגט אויפשטיין אינמיטן נאכט לויפן אין מקוה האקן די אייז און זיך טובל'ן און פון דארט לויפן צו קבר פון בעל שם טוב, און זיך אויפגעהאלטן דארט שעה'ן ביז צופרי.
שורה 108:
 
== זלאטיפאלי ==
ווען ר' נחמן איז צוריק געקומען פון חמעלניק, פון דער חתונה פון זיין טאכטער איז ער גלייך געפארן קיין [[זלאטיפאלי]], דאס איז א שטעטל אין [[אוקריינא]] וואס איז זייער נאנט צו דעם שטעטל [[שפאליע]], עס טיילט אפ צווישן זיי אכט און צוואנציג קילאמעטער, ער איז אנגעקומען פלוצלונג ער האט פאר קיינעם נישט געמאלדן אז ער וויל זיך דארט באזעצן, ער האט דארט געדוגנען א דירה, געווען איז דאס זומער אין יאָר [[תק"ס]]. אבער די שטאט מענטשן האבן אים אויפגענומען זייער בכבוד. אויף [[ראש השנה]] שנת [[ה'תקס"א]] זענען געקומען אסאך חסידים, ווייל ר' נחמן האט זייער געפרעדיגט אז מען זאל קומען צו אים אויף ראש השנה, די שטאט מענטשן האבן פארבעטן ר' נחמן ער זאל קומען דאווענען אין שטאטישע שוהל, ווייל דארט איז דא א ברייט פלאץ, זיי האבן אים איבערגעגעבן אלע כיבודים, אלע בעלי תפלות און בעלי תוקעים אלעס זאל ר' נחמן מיט זיינע חסידים פירן, ר' נחמן האט געזאגט אויף ראש השנה די תורה ויתן עוז למלכו וירים קרן משיחו (די הפטורה פון דעם ערשטן טאג ראש השנה), די תורה איז געדרוקט אין [[ליקוטי מוהר"ן]] ח"א סי' ע"ח.
 
אין דעם שטאט זלאטיפאלי האט זיך צופלאקערט א מחלוקה אויף ר' נחמן, נעבן די שטאט איז געווען די שטאט שפאליא, ווי [[אריה לייב פון שפאלע|דער הייליגער שפאליער זיידע]] איז געווען, עס איז געווען עטליכע מעשיות צווישן די צוויי רבי'ס, קודם איז ר' נחמן געווען א תלמיד פון עהם, אבער אזוי ווי ר' נחמן מיטן שפאליער זיידע זענען נישט דורך געקומען, צוליב זיין נייע דרך - בפרט אז ר' נחמן האט געזאגט אז ער האט א נייע דרך פונעם זיידן דער הייליגער בעל שם, און אז זייט משה רבינו איז נאכנישט געווען אזא נשמה ווי זיינס, האט זיך צופלאקרט א מחלוקה, גראד נאך סוכות איז [[אריה לייב פון שפאלע|דער הייליגער שפאליער זיידע]] ארום געפארן צו אסאך רבי'ס אין דעם געגענט און האט פארלאנגט זיי זאלן מיט שטיין מיט אים קעגן ר' נחמן, פון אנהייב האט מען נישט געוואלט זיין אקעגן, ווייל ער איז דאך געווען זייער רבי'נס א אייניקל, אבער שפעטער ווען זיי זענען אויפגעקומען אויף זיין נייע מאדנעם דרך, האבן אלע רוסישע רביים זיך דערווייטערט פון עהם ממש ביז חרם.