אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "בען שפירא"

יידיש־אמעריקאנער זשורנאליסט
אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
געשאפן דורך איבערזעצן דעם בלאט "Ben Shapiro"
(קיין אונטערשייד)

רעוויזיע ביי 19:55, 27 יאַנואַר 2019


בנימין אהרן שפּיראָ (געבוירן יאַנואַר 15, 1984) איז אַן אמעריקאנער קאנסערוואטיווער פּאָליטישער קאָמענטאַטאָר, שרייַבער, און אַדוואָקאַט. ער האט געשריבן זיבן ביכער, דער ערשטער אין יארע 2004 "ברעינוואַשט: ווי אוניווערסיטעטן אינדאקטרינירן אַמעריקעס יוגנט"; שאַפּיראָ האט אנגעהויבן שרייבן דעם בוך אין עלטער פון 17. שאַפּיראָ דינט אלס רעדאַקטאָר פֿאַר די "דעילי ווייער" וואָס ער האט זעלבסט געגרינדעט, און ער פירט אן מיט'ן "בען שאַפּיראָ שאו", אַ טעגליכער פּאָליטישער פּאָדקאַסט און ראַדיאָ שאו. ער איז געווען אַ רעדאַקטאָר פון ברייטבארט נייעס צווישן 2012 און 2016.


פריער לעבן

שאַפּיראָ איז געבוירן אין לאס אנדזשעלעס, קאליפארניע. זיין משפּחה איז איִדיש און האבן עמיגרירט פון רוסלאַנד און ליטע. שאַפּיראָ האט אנטוויקלט טאלאנט אין פֿידל שפילן און פּיאַנע בייַ אַ יונגן עלטער. שאַפּיראָס עלטערן האבן ביידע געארבעט אין האליוואד. זיין מוטער האט געארבעט אלס אַ עקזעקיוטיוו פון אַ טעלעוויזיע פירמע און זייַן פאטער אלס אַ קאָמפּאָזיטאָר. שאַפּיראָס קוזינע איז אמעריקאנער שרייַבער און געוועזענע קינד אַקטריסע מאַראַ ווילסאָן.

איבערהיפנדיג צוויי כיתות (דריטע און נייַנטע), איז שאַפּיראָ געגאנגען פון וואַלטער ריעד מיטל שולע צו ישיבה אוניווערסיטעט הויך שולע פון לאס אנדזשעלעס אוואו ער האט גראַדואירט אין 2000 אין עלטער פון 16.

מיינונגען

פּאָליטישע אידעאָלאָגיע

 
שאַפּיראָ רעדנדיג ביי די 2018 סי-פּאַק אין נעשאנעל הארבאר, מערילענד

שאַפּיראָ ווערט פאררעכנט אלס "רעכט-פליגל'דיגער". שאַפּיראָס מיינונגען ווערן דעסקריבירט דורך די ניו יארק טיימס ווי "גאָר קאנסערוואטיוו". אבער שאַפּיראָ זעלבסט אין אַ 2016 אינטערוויו מיט דעיוו רובין, דעסקריבירט זיך ווי "מער ווייניגער אַ ליבערטעריען". ער באשולדיגט הייַנט-צייַטיגע ליבעראלן אויף שאפן אַ אויסגעטראַכטע "הירארכיע פון וויקטימהוד". אין זיין ביכל קאכט ער ארום, אז די לינקע נוצן זייער דאַמינאנץ אויף סינעמאַ און טעלעוויזיע צו שטופּן זייַער פארשטינקענע אַגענדע.

ישראל–פּאַלעסטינישער געראַנגל

שאַפּיראָ איז א שטארקער ציוניסט, און האט שוין געלאזט פאלן סטעיטמענטס ווי "די איזראעליס גלייכן צו בויען. אַראַבערס גלייכן צו באָמבען באָבקעס און לעבן אין אפענע אָפּגאַנג".

אַבאָרציע

שאַפּיראָ שטיצט אַ פולקאמע פאַרבאָט אויף הרגענען נאכנישט-געבוירענע קינדער - "אַבאָרשאַן", אַרייַנגערעכנט אין פאלן פון פאַרגוואַלדיגונגען.

2016 וואלן

שאַפּיראָ האט געשטיצט טעד קרוז אין די 2016 פּרעזידענטליכע וואַלן און אפן אפגעווארפן דאָנאַלד טראַמפּס קאַנדידאַטור. שאַפּיראָ האט געלאזט פאלן אַז די וואַלן פון דאָנאַלד טראַמפּ איז ליבערשט געווען א שטימע קעגן די ליבעראַלן, און הילערי קלינטאן בפרט, ווי איידער אַ שטימע אין שטיצע פון טראַמפּס סאָרט פון קאַנסערוואַטיזם.

LGBT רעכטן

שאַפּיראָ באקעמפט טראנסזשענדעריזם. ער האט דעסקריבירט טראַנסגענדער ווי אַ גייַסטיגע דיסאָרדער קראנקהייט.

ציל פון אַנטיסעמיטיזם

נאָכן פארלאזן ברייטבארט נייעס איז שאַפּיראָ געווארן אַ אָפטע ציל פון אַנטיסעמיטישע רעטאריק פון די אַלט-רעכט. לויט אַ 2016 אַנאַליז דורך די אַנטי-דעפעמעישאַן ליגע, איז שאַפּיראָ, צווישן דזשורנאליסטן, געווען די מערסט אפטע ציל פון אַנטיסעמיטישע טוויטס.

פערזענליכע לעבן

שאַפּיראָ האט דריי שוועסטער. אין 2008, האט ער חתונה געהאט מיט מור טאָלעדאַנאָ, אַ ישראלישע פון מאָראָקאנער אַפּשטאם ווען ער איז געווען 24 יאר אַלט און זי איז געווען 20 יאָר אַלט. זייַן פרוי איז אַ מעדיצינישע דאָקטער. צוזאַמען האָבן זיי אַ טאָכטער, געבוירן אין 2014, און אַ זון, געבוירן אין 2016. שאפירא מיט זיין פרוי פראקטיצירן מיט שטאלץ ארטאדאקסישע אידישקייט.