אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "באואינג"

אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
אין תקציר עריכה
אין תקציר עריכה
שורה 1:
'''באואינגבאָואינג''' ([[ענגליש]]: ''Boeing'') איז די וועלט'ס גרעסטע עראספעיס פירמע הויפטקווארטירט אין שיקאגא, אילינאוס. די פירמע איז צעטיילט צו צוויי אפטיילונגן, די ערשטע די קאמערציאלע אפטיילונג וועלכע פראדוצירט קאמערציאלע לופטמאשין פאר לופטליניעס און די צווייטע איז איר דעפענס לופטמאשין פראדוקציע. באואינג איז אמעריקע'ס צווייטע גרעסטע דעפענס לופטמאשין קאנטראקטאר נאך לאקהיד מארטין וואס מיינט אויך די וועלט'ס צווייטע גרעסטע דעפענס לופטמאשין קאנטראקטאר.
באואינג איז א ריכטיגע אמעריקאנער פירמע וועלכע פראדוצירט אלע אירע מאדעלן אין אמעריקע און גיט ארבעט פאר 152,000 אמעריקאנער צעטיילט אין 10 סטעיטס רוב פון זיי אין עווערעט, וואשינגטאן, נישט ווייט פון סיעטל און דאס איבעריגע אין קאליפארניע, מיזורי, טעקסאס, אריזאנע, קענזעס, און פענסעלוועניע.
 
 
== היסטאריע ==
 
די פירמע איז געגרינדעט געווארן דורך וויליאם באואינג אין 916' אינאיינעם מיט א נעיווי אינדזשעניר אלס א שותף. מר. באואינג איז געווען א געלערנטער מענטש און איז רייך געווארן פון האלץ מסחר וואו ער האט זיך אויך אויסגעלערנט צו בויען קונצליכע סטרוקטורן וועלכע איז אים צוניץ געקומען ווען ער האט אנגעהויבן בויען פליגער.
די פירמע איז געוואקסן ווען זי האט אפגעקויפט עטליכע קליינע לופטמאשין פירמעס אבער עס האט זיך נישט גוט איינגעגעבן און די פירמע איז שפעטער צעטיילט געווארן צו 3 טיילן און באואינג איז געבליבן איינע פון זיי. באואינג האט דעמאלט פרובירט אליינס אריינגיין אין די לופטליניע ביזנעס אבער עס האט נישט געארבעט און זי האט זיך ארויסגעצויגן דערפון ווען זי האט באקומען גוטע קאנטראקטן פון פען אמעריקן לופטליניעס צו בויען א רייע פליגער. די פירמע איז געווארן באקאנט אין 934' ווען זי האט פראדוצירט די 314 קליפער וועלכע איז דעמאלט געווען די גרעסטע קאמערציאלע פליגער וועלכע האט אריינגענומען 90 פאסאזשירן בייטאג און 40 ביינאכט. פען אמעריקן האט שטארק מצליח געווען א דאנק דעם קליפער און האט אנגעהויבן מאכן טעגליכע פלייטס פון אמעריקע קיין לאנדאן און שפעטער צו אנדערע פאפולערע דעסטינאציעס. דער פליגער איז געווען גרויס קעגן וויפיל פאסאזשירן עס האט אויפגענומען און האט זיך געהויבן פון וואסער.
שורה 12 ⟵ 10:
אין די 60'גער יארן איז באואינג אפגעקויפט געווארן פון א ריזיגע העליקאפטער פירמע וועלכע האט אינאיינעם מיט באואינג פראדוצירט די טשינוק און סי-נייט מיליטערישע העליקאפטערס מיט וועלכע אמעריקע האט שטאלצירט. קאמערציאלע פראדוקציע איז ווייטער געגאנגן און אין די ענדע 60'גער יארן איז באואינג ערשינען מיט צוויי לעגענדערע מאדעלן די בי-737 און די 747-100 פליגער וועלכע זענען געווארן די סטאנדארט פון קאמערציעלע לופטמאשין. די 737 איז ביז'ן היינטיגן טאג פארבליבן די בעסט פארקויפטע פליגער אין אוויאציע היסטאריע און פארקויפט זיך נאך היינט אין די הונדערטער ווען דער מאדעל ווערט כסדר פארבעסערט.
אין די 70'גער יארן איז באואינג דורכגעגאנגן איר שווערסטע צייטן ווען די ספעיס אפאלא פראגראם איז אפגערופן געווארן. באואינג איז געווען פון די גרעסטע שותפים אין דעם אפאלא און האט שאדן געהאט אסאך געלט. אין יענע צייטן איז געווען א רעסעסיע פאר די לופטליניע אינדוסטרי און קאנגרעס האט אפגעזאגט באואינג'ס סופערסאניק פראגראם וועלכע האט געזאלט קאנקורירן מיט די היסטארישע בריטיש-פראנצויזישע קאנקארד. עס איז דורך איבער א יאר וואס באואינג האט נישט באקומען קיין איין באשטעלונג און די פירמע האט אויפגעזאגט האלב פון אירע 80,000 ארבייטער.
די פירמע'ס אויפלעבונג איז געווען די 747 דזשאמבאודזשאמבא וועלכע איז געווען א געוואגטע אונטערנעמונג אבער האט אויפגעשאקעלט די אוויאציע וועלט און איז געווארן באואינג'ס צווייטע גרעסטע סוקסעס און ביז ערבוס האט פראדוצירט איר עי-380 מאדעל איז באואינג געווען די איינציגסטע דזשאמבאודזשאמבא פליגער.
די 80'גער יארן איז געווען די בעסטע פאר באואינג ווען די פירמע האט באקומען טויזענטער ארדערס און האט באקומען א גרויסע קאנטראקט פון נאס"א פאר די נייע ספעיס שאטעל פראגראם. אין יענע יארן האט באואינג אנטוויקעלט איר 757 מאדעל אוןנאך אסאך אנדערע מאדעלן וועלכע ווערן ברייט באנוצט דורך רוב לופטליניעס פון די וועלט. אבער אויך אין די 80'גער יארן איז געבוירן געווארן וואס איז שפעטער געווארן באואינג'ס גרעסטע קאנקורענט, די פראנצויזישע ערבוס פירמע וועלכע איז געוואקסן צו אייראפע'ס גרעסטע לופטמאשין פראדוצירער און איז גאנץ לעצטענס געווארן נומער איינס אין די קאמערציאלע לופטמאשין מיט מער ארדערס און דעליוועריס ווי באואינג אין די לעצטע צוויי יאר.
 
שורה 20 ⟵ 18:
באואינג איז אויך אין קאנקורענט מיט לאקהיד מארטין איבער רעגירונג קאנטראקטן פאר מיליטערישע פליגער. אין 03' האט לאקהיד מארטין געקלאגט באואינג פאר אינדוסטריאלע שפיאנאזש און די פירמע איז באשטראפט געווארן מיט'ן פארלירן קאנטראקטן ווערט פון א ביליאן דאלאר און זי איז פארבאטן געווארן פון נעמען נייע קאנטראקטן פאר 20 מאנאטן וועלכע ענדיגט זיך דעם קומענדיגן מערץ.
אויך מיט ערבוס האט באואינג געהאט לעגאלע פראבלעמען אין ווען זי האט געקלאגט ערבוס צו די ווארלד טרעיד ארגאניזאציע האט ערבוס צוריק געקלאגט באואינג מיט אנדערע קלאגעס. אין די ענדע האבן ביידע פירמעס געשלאסן אן אפמאך אז זיי וועלן זיך אויסגלייכן צווישן זיך און ארויסלאזן די ווארלד טרעיד ארגאניזאציע דערפון.
באואינג'ס איצטיגע אינוועסמענט איז די דריעמליינער וועלכע וועט זיין א פארגעשריטענע פליגער וועלכע וועט נוצן ווייניג ברענשטאף. די דריעמליינער האט באקומען אסאך ארדערס אבער פון וואס באואינג חלומ'ט שטייט זי נאך זייער ווייט. באואינג וועט אויך איבערמאכן דעם 747 דזשאמבאודזשאמבא פליגער צו אביסל א גרעסערע מאדעל אלס א דירעקטע קאנקורענט צו די ערבוס עי-380.
 
[[קאַטעגאָריע:אוויאציע]]