אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "פליפעלד"

אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
מאין תקציר עריכה
אין תקציר עריכה
שורה 28:
 
אין א פליפעלד געפינען זיך איינע אדער מער [[סטארטפאס]]ן. א סטארטפאס איז געווענליך לאנג צוויי מייל, ברייט ווי א 16 ליניע שאסיי, און איז געגאסן בערך 3 פיס הויך.
עס איז פארשטענדליך אז א סטארטפאס מוז זיין זייער שטארק געמאכט. שטעלט אייך פאר מיט וואספארא קראפט א 747 דזשאמבאודזשאמבא פליגער קומט אראפ. דער פליגער זעלבסט וועגט בערך 850,000 פונט און קומט צופארן מיט א שנעלקייט פון נאנט צו 200 מ.פ.ש. און מיט'ן גאנצן קראפט שמייסט עס ארויף אויפ'ן סטארטפאס. א סטארטפאס מעג נישט כאפן קיין שפאלטן ווייל עס קען זיין קאטאסטראפיש פאר א לאנדונג און דאס מוז מען שטענדיג נאכקוקן און באלד פאררעכטן אויב עס מאכט זיך א פראבלעם. די סטארטפאסס דארפן אויך זיין צוגעשטעלט לויט די פליגער וועלכע קומען אראפ אויף איר. צום ביישפיל ווען מען האט אנגעהויבן נוצן די 747 דזשאמבאודזשאמבא פליגער האבן רוב לופטפעלדער געמוזט איבערמאכן זייערע סטארטפאסס ברייטער ווייל די רעדער אויף דעם פליגער זענען מער צעשפרייט און האבן א שטערקערע קראפט ווי אנדערע פליגער.
רוב סטארטפאסס באשטייען פון נאנט צו א מיליאן קוביק פוס פון צעמענט וועלכע איז אויסגעגאסן אויף א שטח פון 12,000 פוס. א סטארטפאס איז געווענליך געבויט העכער ווי דער אויבערפלאך ווייל עס ליגט אויסגעשפרייט ערד פון 6 פוס הויך אויף וועלכע די צעמענט ווערט אויסגעגאסן. אין די צעמענט אליין איז פאראן צוויי ערליי. די ערשטע סארט איז בערך 8 אינטשעס דיק געגאסן און דערויף איז געגאסן א צווייטע סארט צעמענט 17 אינטשעס דיק.
אין רוב לופטפעלדער זענען פאראן עטליכע סטארטפאסס וועלכע ליגן אויסגעשפרייט אויף אלע זייטן (מזרח, מערב, דרום, און צפון) און אין אסאך פעלער האקן זיי אריבער איינע די אנדערע. די לופט פארקער קאנטראלירער טיילן איין וועלכע סטארטפאס זאל גענוצט ווערן פאר לאנדונגן און וועלכע זיך אויפצוהייבן געוואנדן לויט די וועטער פון יענע טאג און וויאזוי די ווינטן לויפן. כדי צו פארמינערן פראבלעמען דארפן די פלייטס לאנדן און זיך אויפהייבן די זעלבע וועג ווי די ווינט לויפט.