אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "אליגאטאר"

אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
אין תקציר עריכה
מאין תקציר עריכה
שורה 12:
אבער שכל האבן זיי ווייניג און פארשטייען נישט די חילוק פון איין זאך צו די צווייטע און דערפאר זענען זיי זייער סכנה'דיג ווען זיי זענען הונגעריג ווייל זיי וועלן עסן וואס קומט אונטער, זאל דאס זיין א גוט שטיקל פיש אדער א לעבעדיגער מענטש וואס דרייט זיך פונקט נעבן זיי.
 
אליגאטארן זענען פון די [[קראקידילקראקאדיל]] פאמיליע וועלכע ציילן 23 ערליי שרצים. זייערע קערפער זענען אלע אויסגעשטעלט אייניג מיט א גרויסע קאפ, א לאנגע קערפער, 4 קורצע פיס, און לאנגע וויידלן.
 
אליגאטארן מעסטן זיך אנדערש זכרים און נקבות. די זכרים זענען אין דורכשניטליך ארום 11 פיס לאנג און וועגן 600 פונט און די נקבות זענען געווענליך 8 פיס לאנג און וועגן נאר האלב פון די זכרים. עס מאכט זיך אפט אז זכרים ווערן גאר גרויס און שווער, אמאל 15 פיס לאנג און איבער 1,000 פונט. אין א אליגאטאר פארק אין נארט קאראליינע איז פאראן אן אליגאטאר וואס מעסט זיך 20 פיס לאנג און וועגט בערך 2,000 פונט. דאס איז די גרעסטע אליגאטאר פון וואס מען ווייסט. א נארמאלע אליגאטאר לעבט בערך 40 יאר אבער עס זענען שוין געווען אזעלכע וואס האבן געלעבט איבער 100 יאר אין פארקס.