אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "עסקאלאטאר"

אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
אין תקציר עריכה
אין תקציר עריכה
שורה 1:
[[טעקע:Copenhagen Metro escalators.jpg|קליין|עסקאַלאַטארס ביי אַמאַגערבא מעטרא סטאַנציע אין [[קאפנהאגן]], [[דענמארק]]]]
אן '''עסקאלאטארעסקאַלאַטאר''' אדער '''וויקלטרעפּ''' ([[ענגליש]]: ''escalator'') איז א טראנספארט מיטל געמאכט צו טראנספערירן מענטשן פון איין שטאק צום צווייטן. דער עסקאלאטאר איז בעיקר דעזיינט צו טראגן מענטשן איין אדער עטליכע שטאק אנשטאט א [[ליפט]] וואס לויפט צענדליגער שטאקן אין א קורצע צייט. די עסקעלעיטאר איז בעסער ווי דער ליפט וויבאלד עס ארבעט מיט א קאנוואויער פאסיג וועלכע גייט ארום און ארום און קען טראגן פאסאזשירן איינע נאך די אנדערע אן זיך אפשטעלן אין קאנטראסט צו א ליפט וועלכע נעמט נאר א צאל פאסאזשירן און די איבעריגע דארפן ווארטן ביז עס קומט נאכאמאל צוריק.
 
עסקאלאטארןעסקאלאטארס זענען היינט א טייל פון יעדע גרויסע דעפארטמענט געשעפט, [[לופטפעלד]]ער, [[באן סטאנציע]]ס, און נאך פארשידענע פובליק געביידעס. מענטשן וועלן אדער בלייבן שטיין אויף אן עסקאלאטאר און מיטפארן דערמיט אדער וועלן זיי גיין די שטיגן און פארשנעלערן די וועג ארויף פיל-פאכיג.
 
איבער די יארן האט זיך אנטוויקעלט א ציוויליזאציע סיסטעם אז די וואס ווילן בלייבן שטיין האלטן זיך צו די רעכטע זייט כדי צו דורכלאזן די וואס ווילן גיין ווייטער גענוי ווי אויטאס אויפ'ן הייעוועי. אבער נישט שטענדיג איז עס אזוי און קיין איין געזעץ אדער רעגולאציע פארלאנגט דאס נישט און פילמאל וועלן די שטייערס שטערן די וועג פון די לויפערס און זיי וועלן זיין געצווינגן צו בלייבן שטיין. אין טייל פלעצער איז געזעצליך פארבאטן צו גיין פאראויס אויף אן עסקעלעיטאר ווייל עס שטערט אנדערע מענטשן. אבער אין קיין איינע פון די פלעצער ווערט דאס נישט נאכגעזוכט.
שורה 7 ⟵ 8:
 
== היסטאריע ==
 
דער ערפינדער פון דעם עסקאלאטאר איז געווען טשארלס ווילער וועלכער האט געמאכט א פאטענט פון זיין אויסטרעף נאך אין 892'. ווילער האט נישט דערלעבט צו זען עפעס פירות פון זיין ערפינדונג אבער זיינע פארשריפטן זענען גענוצט געווארן דורך אנדערע וויסנשאפטלער און אין 899' האט א גרויסע ליפט פירמע אפגעקויפט דעם געדאנק און האט אנגעהויבן ארבעטן דערויף.
 
שורה 14:
אין 921' איז דער עסקאלאטאר איבערגעארבעט געווארן אויף א מער פארגעשריטענעם סיסטעם און איז געווארן דער מאדערנער עסקאלאטאר וועלכע איז געבליבן ביז היינט. מיט איין אויסנאם פון היינט איז געווען אז טייל עסקעלעיטארס זענען געווען געמאכט פון הילצערנע טרעפ אבער אלע זענען שפעטער געטוישט געווארן צו אייזן נאכדעם וואס א פייער אין איינע פון די לאנדאן אנדערגראונד באן סטאנציעס אין 987' האט פארניכטעט דעם גאנצן סיסטעם.
 
צוויי עסקאלאטארןעסקאלאטארס זענען עד היום פארבליבן מיט האלץ. איינס געפינט זיך אין א מענטשן טונעל אין טיין ענד וועיר, ענגלאנד, און די צווייטע געפינט זיך אין די מעיסיס דעפארטמענט געשעפט אין מאנהעטן, ניו יארק.
 
 
== דעזיין און מעכאניזם ==
 
דער יסוד פון אן עסקאלאטאר איז א פאר קייטן וועלכע דרייען זיך ארום צוויי גירס ביי די צוויי עקן וועלכע ווערט געטריבן דורך א מאטאר. א דורכשניטליכע עסקעלעיטאר נוצט א 100 פערד-קראפט מאטאר צו דרייען די גירס וועלכע דארפן קענען שלעפן צענדליגער מענטשן אויפאיינמאל. דער מאטאר און די קייטן מיט זייערע גירס זענען באהאלטן אונטער די שטיגן אין א מעטאלענע שאכטל וועלכע זיצט געווענליך צווישן צוויי שטאקן.
 
שורה 29 ⟵ 28:
די עסקאלאטאר סיסטעם איז נישט אזוי גוט ווי א ליפט צו הייבן מענטשן פון איין שטאק צום צווייטן ווייל א ליפט מאכט דאס פיל שנעלער און גרינגער און קען גיין צענדליגער שטאקן. אבער עסקעלעיטארס האבן זיך אייגענע מעלות וועלכע איז ספעציעל גוט צו טראגן מענטשן אויף א קורצע רייזע ארויף דורכדעם וואס עס קען פירן פיל מער מענטשן ווי א ליפט אין א פיל שנעלערע צייט אפשניט ווייל א ליפט וועט נאר נעמען א געוויסע צאל מענטשן און די איבעריגע וועלן דארפן ווארטן ביז עס קומט צוריק אראפ. אן עסקעלעיטאר פארט אן אפשטעל און די סעקונדע וואס איינער איז ארויף דערויף איז באלד פאראן נאך א טרעפ פאר א צווייטן און אזוי ווייטער. די מעלה איז אויך א פסיכאלאגישע זינט די מענטשן דארפן נישט אפשטעלן זייער מארש און ווארטן און כאטש עס נעמט אביסל צייט וועלן זיי אבער שפירן אז מען גייט.
 
עסקאלאטארןעסקאלאטארס פארן מיט א שנעלקייט פון 90 ביז 180 פיס פער מינוט. געווענליך איז דאס געוואנדן וואו עס געפינט זיך און וואספארא צאל מענטשן עס דארף פירן. אין א שאפינג צענטער איז גענוג אז עס גייט 90 פיס פער מינוט אבער אין לופטפעלד וועט דאס דארפן גיין שנעל ווייל גאר אסאך מענטשן נוצן דאס. די מאקסימום שנעלקייט איז 180 פיס פער מינוט וועלכע קען פירן 10,000 מענטשן אין א שטונדע, א זאך וואס אפילו מערערע ליפטן וואלטן נישט געקענט באווייזן. מער ווי דעם איז שוין א סכנה ווייל אויב מענטשן פאלן אויף א זאך וואס פארט קען דאס זיין פאטאל. אויב דאס איז אויך נישט גענוג וועט מען אינסטאלירן מער ווי איין עסקעלעיטאר צו קענען דערהייבן די מאסן.
 
עס זענען אויך פאראן פלאכע עסקאלאטארןעסקאלאטארס וועלכע מען רופט פארנדיגע וואלק-וועיס. די סארט עסקעלעיטאר איז נישט מער ווי א קאנוואויער פאסיק מיט קליינע רעדלעך וועלכע פארט אויף צוויי גירס. די סארט עסקעלעיטארס העלפן מענטשן אנקומען שנעלער פון איין פלאץ צום צווייטן אין פלעצער וואו מען דארף אסאך גיין ווי אין לופטפעלדער אדער באן סטאנציעס. וויבאלד דאס איז פלאך קען עס פארן שנעלער און קען טיילמאל גייט ביז עטליכע מייל פער שטונדע.
 
אין א באקאנטע גרויסע באן סטאנציע אין פאריז האט מען יארן צוריק אינסטאלירט אזא סארט פארנדיגע וואלק-וועי וועלכע איז געגאנגן 7 מייל פער שטונדע. אבער עס האט פאסירט צופיל אינצידענטן אין וועלכע עלטערע מענטשן און יונגע קינדער זענען געפאלן און מען האט דאס רעדוצירט צו 5.5 מייל פער שטונדע וועלכע איז נאך היינט די שנעלסטע אין איר סארט.
שורה 40 ⟵ 39:
 
 
== עקסידענטןאקצידענטן ==
טראץ וואס עסקאלאטארןעסקאלאטארס זען אויס זייער פארזיכערט האבן אין פאקט שוין פאסירט אסאך עקסידענטן און אפילו טויט פעלער און טאקע דערפאר זענען פאראן אסאך מענטשן וואס האבן מורא צו גיין דערויף און וועלן ענדערש נעמען א ליפט אדער גיין די שטיגן.
 
טראץ וואס עסקאלאטארן זען אויס זייער פארזיכערט האבן אין פאקט שוין פאסירט אסאך עקסידענטן און אפילו טויט פעלער און טאקע דערפאר זענען פאראן אסאך מענטשן וואס האבן מורא צו גיין דערויף און וועלן ענדערש נעמען א ליפט אדער גיין די שטיגן.
 
עס מאכט זיך אפט אז מענטשן פארלירן באלאנס און פאלן און וויבאלד דאס פארט ווערט מען אויטאמאטיש צעקלאפט. אן אנדערע פראבלעם איז אז טיילמאל פאר'הנקעט זיך קליידער אדער עפעס וואס מען האלט אין די הענט און דאס שלעפט דעם מענטש. דאס איז געווען דער טויט-פאל דעם פארגאנגענעם פעברואר מיט פרענסיקאו פארטילאו פון באסטאן וועמענ'ס מאנטל האט זיך אריינגעכאפט אין איינע פון די טרעפ און ער איז נאכאנאנד פארוואונדעט געווארן אין קאפ זינט ער האט זיך נישט געקענט אוועקרירן פון פלאץ.
שורה 49 ⟵ 47:
גאנץ לעצטענס האבן טייל פירמעס וועלכע פראדוצירן עסקעלעיטארס אנגעהויבן מאכן אן עמוירדזשענסי אפשטעל סיסטעם אין וועלכע די גאנצע מאשין וועט זיך אויטאמאטיש אפשטעלן איינמאל עפעס ווערט פארהאנקעט דערין. עטליכע סענסארס דערשפירן ווען דאס פאסירט אוןו שיקן א סיגנאל צו דעם מאטאר וועלכע לעשט זיך אויס ביז געציילטע רגעים.
 
 
== רעקארד עסקעלעיטארס ==
 
די גרעסטע און לענגסטע עסקעלעיטאר נעטווארק סיסטעם געפינט זיך אין האנג קאנג צווישן א צענטראלע ביזנעס דיסטריקט און א רעזידענט דיסטריקט עטליכע הונדערט פיס אפגערוקט איינע פון די אנדערע. עס זענען פאראן א רייע עסקעלעיטארס און פארנדיגע וואלק-וועיס וועלכע די ארטיגע איינוואוינער רופן די צענטראלע מיד-לעוועל עסקעלעיטאר. אין סך הכל איז די עסקעלעיטאר סיסטעם לאנג איבער 2,600 פיס אבער עס ארבעט נאר איין וועג און עס טוישט דירעקציע עטליכע מאל אין טאג, געוואנדן לויט די טראפיק פון מענטשן אין די [[ראש אוער]] שטונדן.
 
שורה 63 ⟵ 59:
אנדערע לאנגע עסקעלעיטארס געפינען זיך אין סט. פעטערסבורג, אין קיעוו, און אין פראג. די אלע זענען צווישן 300 און 400 פיס לאנג.
 
== זעזעט אויך ==
 
* [[ליפט]]
== זע אויך ==
[[ליפט]]
 
[[קאטעגאריע:טראנספארט]]
[[קאַטעגאָריעקאטעגאריע:אינזשעניריע]]
 
[[קאַטעגאָריע:אינזשעניריע]]