אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "ליפא שמעלצער"

אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
Fixed typo
טאַגן: מאביל־רעדאַקטירונג מאביל־אנווענדונג רעדאַקטירונג רעדאקטירונג מיט אן iOS־אפ
Fixed typo
טאַגן: מאביל־רעדאַקטירונג מאביל־אנווענדונג רעדאַקטירונג רעדאקטירונג מיט אן iOS־אפ
שורה 16:
 
== מאָדעלינג ==<!--וואס איז פשט מאדעלינג?-->
ליפא שמעלצער איז פון די מערסטע באוואוסטע זינגערס ביים היימישן ציבור, וואס זיינע שטיצער גייען ממש בלינד נאך יעדע זאך וואס ער טוהט; אבער נאכדעם וואס ער האט אנגעהויבן אוועקבייגן זיין קאריערע צו אנדערע צילן, האט ער פארלוירן טויזענטער אנהענגער בעיקר פון די פרומע חסידישע עולם.

אין זוממער תשע״ח, האט ליפא פלוצלונג אנגעהויבן ווייזן סימנים אז ער דרייט צוריק דעם זייגער און וויל זיך צוריקקערן צום היימישן וועלט. אינעם פארגאנגענהייט, האט זיך שמעלצער שוין ארויסגעשטעלט אלץ 'סעמפלער' פאר דער צייטונג 'בקהילה' וואו ער האט פארגעשטעלט זיינע אינטערעסאנטע און לאכעדיגע שטיקעס.
 
שמעלצער האט געצויגן שטארקע [[קריטיק]] צו זיינע לידער און מוזיק פון אנדערע אין דעם עכט חרד'ישן אידנטום וועלכע זארגן אז זיין מוזיק ברענגט אריין אומגעוואונטשענע השפעות פון דער ארומיגער וועלט. געוויסע קרייזן, הויפטזעכליך די [[חסידים|חסידישע]], האבן אנגענומען אקציעס אפצורעדן זייערע נאכפאלגער פון קויפן אדער אויסהערן שמעלצער'ס ווערק, וואס דאס האט צוגעברענגט אז ער זאל גענצליך אפלאזן די חסידישע לעבענס שטייגער.