אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "מצדה"

אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
צוגעלייגט
מאין תקציר עריכה
שורה 4:
'''מצדה''' איז אַן אלטע פעסטונג אויף די שפּיץ פון אַן אפגעזונדערט פעלדז, אויף דעם מזרח ברעג פון [[מדבר יהודה]], וואָס הייבט זיך 63 מעטער איבערן [[ים המלח]], און 450 מעטער איבער דעם [[ים המלח]] צו זייַן פֿוס.
 
=== טוריזם ===
"מצדה" איז איינער פון די שטארקסטע אטראקציע צענטערן אין [[ארץ ישראל]], נישט בלויז איז זי א צענטער פאר [[טוריזם|טוריסטן]] צוליב איר [[פאנאראמע]] און אויג פארכאפנדע [[מדבר]] אויסקוק; נאר זי פארמאגט אונטער זיך אסאך אידישע היסטאריע; און די [[ציוניסטישע]] פראפאגאנדע האט זי פארוואנדלט אין א נאציאנאלע פלאץ פון שטאלץ, זייענדיג די יסוד פון די ציוניסטישע אוואנטוריסטישע לעבנס-שטייגער פון "רק בדם".
 
יעדער פאפולערער און [[פאליטיקער|פאליטישער]] באזוכער קיין ארץ ישראל טוט באקומען א קעניגליכע אויפנאמע און באגלייטונג אויף די מצדה פעסטונג, ווי מען שילדערט אז דארטן האבן הונדערטער העלדישע אידן געקעמפט קעגן די רוימער ביזן טויט.
 
=== היסטאריע ===
דער באוואוסטער [[היסטאריקער]] [[יוסיפון]] באשרייבט די געשיכטע פונעם מצדה פעסטונג ווי פאלגענד: מצדה איז א ריזיגע פעסטונג אויף א גאר הויכע שפיץ בארג אין די [[מדבר יהודה]], נאנט צום [[ים המלח]], וואס איז געבויעט געווארן דורך דעם הערשער פון ארץ ישראל [[הורדוס]]. דער הערשער האט געבויעט אין דעם אפגעזונדערטן מדבר א הערליכע פעסטונג, פון דעם פעסטונג האט ער אפגעשלאגן עטליכע [[אנגריפן]] פון [[עגיפטישער|עגיפטישע]], [[רוימישע אימפעריע|רוימישע]] און [[פערסישע אימפעריע|פערסישע]] קעמפער וועלכע האבן אים אנגעגריפן.
 
גענומען פֿון "https://yi.wikipedia.org/wiki/מצדה"