אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "יואל טייטלבוים"

אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
אין תקציר עריכה
שורה 46:
 
=== זיינע יונגע יארן ===
[[טעקע:Satmar romania.JPG|קליין|200px|ר' יואל אוןאין דער שטאט סאטמאר, רומעניע, אלס רב]]
ר' יואל איז אויפגעוואקסן ביי זיין פאטער אין [[סיגעט]] וואו ער האט געוואוינט ביז צו זיין חתונה. ער האט חתונה געהאט אין יאר תרס"ד, ממש פאר זיין פאטערס הסתלקות, מיט דער טאכטער פון רבי [[אברהם חיים הורוויץ (פלאנטש)|אברהם חיים הורוויץ]] ז"ל, דער פלאַנטשער רב, א [[ראפשיץ (הויף)|ראפשיצער]] און דזשיקאווער אייניקל. אויך זענען זיי געווען קוזינען ווייל ר' אברהם חיים'ס פאטער ר' [[משה הורוויץ|משה'לע ראזוואדאווער]] איז געווען איין איידעם ביים [[יקותיאל יהודה טייטלבוים|ייטב לב]].
 
ער איז געזעסן געציילטע יארן אויף [[קעסט]] ביי זיין שווער אין [[ראדאמישל]], [[פוילן]], בעת'ן זיין אויף קעסט האט ער זיך אויך געדרייט ביים בעלזער רב רבי [[ישכר דוב רוקח (א)|ישכר דוב רוקח]] זצ"ל און ער האט זיך געהאלטן פאר זיינס א חסיד. שפעטער איז ער צוריקגעפארן קיין [[אונגארן]] און זיך באזעצט אין דער שטאט [[סאטמאר, (שטאט)רומעניע|סאטמאר]] אין [[זיבנבערגן]], וואו ער האט געדאווענט אין זיין אייגענעם ביהמ"ד מיט א שיינע קבוצה חסידים.
 
ר' יואל האט געהאט פון זיין ערשטן זיווג דריי טעכטער, אלע דריי זענען ל"ע נאטורליך געשטארבן יונגערהייט קינדערלאז, נאך בײ זיין לעבן. נאך זייענדיג אין ארשעווע איז זיין יונגסטע טאכטער אסתר געשטארבן אומפארהייראט, און זי איז געווארן באערדיגט אין [[סאטמאר, (שטאט)רומעניע|סאטמאר]]. די צווייטע טאכטער האט געהייראט ר' [[יקותיאל יהודה טייטלבוים (ב)|זלמן לייב טייטלבוים]] (דעם זון פון זיין ברודער דער „עצי חיים") דער לעצטער רב פון סיגעט פארן קריג. זי איז געשטארבן א יאר נאך איר חתונה ווען ר' יואל איז געווען קראלער רב, זי ליגט אין סיגעט. די עלסטע טאכטער חי' רויזא, האט געהייראט זיין שוועסטער זון, ר' ליפא מאיער (שפעטער טייטלבוים) רב פון [[סעמיהאלי]], א זון פון ר' חנוך העניך דוב מאיער רב אין קערעצקי אן איידעם פונעם קדושת יו"ט, זי איז ל"ע געשטארבן אין יאר תשי"ד בעת זי האט געשוואנגערט{{מקור}}, זי ליגט אין [[טבריה]].
 
אין יאר תרצ"ו איז ר' יואל געווארן אן אלמן, ווען זיין פרוי חוה איז געשטארבן פון א [[הארץ]] קראנקייט, זי ליגט אין סאטמאר. א יאר שפעטער האט ער געהייראט מרת אלטע פייגא שפירא ע"ה, א יונג ארעם מיידל א יתומה, פון [[טשענסטכאוו]], [[פוילן]]. איר פאטער רבי אביגדור שפירא ז"ל, וואס האט שוין נישט געלעבט, איז געווען א חסידישער רב אין טשענסטכאוו, אן אייניקל פונעם שרף פון [[מאגלניצא]] (וואס איז געווען אן איידעם פון דעם [[קאזשניצער מגיד|מגיד פון קאזשניץ]]) און פון [[מאור ושמש]]. רבי יואל איז אריבערגעפארן קיין [[טשעבין]] לעבן [[קראקע]], ווי די חתונה איז פארגעקומען, דער מסדר קידושין איז געווען הגאון דער [[דוב בעריש וויידנפעלד|טשעבינער רב]]. די רביצין אלטע פייגא האט קיינמאל געהאט קינדער, זי איז נפטר געווארן אין יאר תשס"א, און זי ליגט לעבן איר מאן אויפ'ן בית החיים אין [[קרית יואל]].