אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "װיקיפּעדיע:קראנטשאפט"

אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
אין תקציר עריכה
שורה 7:
==וויקיפעדיע פראצעס לויטערט אויס אינפארמציע ווי א דיאמאנד שטיין ==
אנדערשט ווי א נארמאלע אנציקלאפידיע וואס דארטן קען מען אפשר פארשטיין אז מ'זאל אוועקשטיין פון מחלוקת און נעגעטיווע אינפארמאציע וואס האבן שלעכטע מאטיוויציעס. אבער וויקיפעדיע איז דאך דער ציל דאס אוועקטאן און איבערשטייגן דעם שטרויכעלונג, ווייל וויבאלד מיר זענען פריי פאר יעדן איינעם צו פארעכטן, גייט אונז דערפאר נישט אן וואסארא מאטיוויציעס דער שרייבער האט געהאט בשעתן שרייבן, ווייל עווענטואל קומט אן אנדער שרייבער און פארעכט די האס און ווילדן טאן, ממילא ווערט דאס אויס נעגעטיוו, קומט דאך אויס אז רוב מאל די קולות און טענות פון די צענזור חסידים איז פשוט פון פוילקייט, אז זיי זענען פויל צו פארעכטן דעם אינפארמאציע פון נעגעטיוו צו פאזיטיוו. - עס איז נישט פארהאן קיין זאך אין די וועלט וואס מ'זאל נישט קענען מצדיק זיין און דן זיין לכף זכות ווי דער חיוב.
== [[דינאמישקייט]] און [[קראנטשאפט]] פון אינפארמאציע ==
: '''דינאמישקייט''':
אנדערשט ווי סתם אן [[אנציקלאפידיע]] אדער סיי וואסארא [[אינפארמאציע]] ווערט דאס אוועקגעלייגט אויפן [[זכרון]] און פארגעסן מיט די [[צייט]], אבער וויקיפעדיע איז א [[טול]] וואס איז ביי יעדן [[אינטערנעט]] [[פארטאל]] און [[בראוזער]] אריינגעבויט דאס צו אויפרישן יעדע צייט אויף ענדלאזע דורות; זיך צו דערוויסן און לערנען די אינפארמאציע און דאס טוישן לויט זייער פארשטאנד.
 
אנדערשט ווי א איינפאכער אנציקלאפידיע, וואס דער רעדאקטארן ענדיגן זייער איבערקיקונג און פארעכטונג צו אן ארטיקל פאר עס גייט צום דרוק, איז דער רעדאקטירונג פאזע פון א וויקיפעדיע ארטיקל קיינמאל פארטיק. וויקיפעדיע איז אויסגעשטעלט אז אן ארטיקל וועט מען קענען פארכעטן מיליאנען יארן ארום, ווען מען וועט געוואור ווערן פרישע מיינוגען איבער פאקטן וואס קוקן היינט אויס אנדערשט.
 
:'''קראנטשאפט''':
1) מען דארף נעמען אין באטראכט אז אלעס וואס ווערט געזאגט פון א מענשט אויף די וועלט, איז מיט נגיעות און חשבונות, קיינער וועט נישט רעדן אדער שרייבן אמת אויב האט ער נישט עפעס דערפון, רוב מאל איז דאס פשוט כבוד, נאכדעם איז דא געלט דערין, ווי ביי א נארמאלער אנציקלאפידיע, אבער וויקיפעדיע איז די קראנטסטע און מערסטע טראסטבארע אינפארמאציע, ווייל דא שרייבט מען מיט איין אינטערעסע, נישט געלט און נישט כבוד נאר בלויז זיך צו דערויסן און לערנען דורך איינטוישן וואס איך ווייס כדי דו זאלסט צוריק טוישן וואס דו ווייסט. און איך וויל דיך נישט זאלסט מיר פארציילן שקר, איז וואטשט איך מוראדיג שטארק נישט דיר צו פארציילן שקר, ווידעראום ביי געלט קען איך דיר יא זאגן שקר אויב מאך איך פשוט מער געלט פון שקר. אדער ביי כבוד קען איך דיר יא פארציילן שקר אויב דאס וועט מיך פשוט ברענגן מער כבוד. אבער סאיז נישט פארהאן אזא באגריף צו פארקויפן שקר כדי צו באקומען אמת. ממילא אין די לאנגער משך פון א שטיק תקופה (נאכן מבטל זיין שטותים און ליגענט פון צייטווייליגע היציגע פאליטיקער און ביזנעס עדווערטייזער דורך דער אויסשטעל פראדעצור פון וויקיפידיע סיסטעם,) איז די אינפארמאציע אין וויקיפידיע מער קראנט, באלערנד און אמת ווי עני אנציקליפידיע אדער חינוך וועב סייט.
 
2)
 
3) אנדערשט ווי סתם אן אנציקלאפידיע, וואס ווערט איבערגעקוקט פון דריי צו פיר מענטשן, ווערט יעדער ארטיקל פון וויקיפעדיע איבערגעקוקט און פאראכטן פון מיליאנען מענטשן.
 
==אפילו מיר האבן מנהלים אפעקטירט דאס נישט די פראבלעם==
לכוארה וועט איר דאך פרעגן א גוטער קשיא: אויב איין מנהל וויל זיין צד זאל זיגן איבער אן ענין קען ער דאך פארשפארן די בלאט פאר יעדן איינער צו טוישן אין זיין מיינונג געווינט? ניין! קוקט אריין אין [[פארשפארן בלאט]] פאליסי. און זעהט ווי שטארק דאס רורט אן אייער פראבלעם. ער קען נישט פארשפארן א בלאט וואס ער האט שוין אויסגעדרוקט א מייוננוגס פארשידענהייט ווייל ער איז א נוגע בדבר. און אין אלע וויקיפעדיעס איז דאס א שרעקליכער אביוז וואס ער ווערט אויס מנהל פאר דעם. און אפילו ער וועט מאכן אן אנדער נאמען און זיך נאר בלויז טענה'נען מיט יענעם נאמען אבר דערנאך פארשפארן מיט זיין [[סיסאפ]] נאמען דאס איז אויך נישט ערלויבט קוקט אריין אין [[סאקפאפעט]] פאליסי וויאזוי מיר געבן זיך אן עצה מיט אט דעם פראבלעם.
 
==איינער מיט אסאך צייט קען דא געווינען די פאקטן דורך פארטרייבן אנדערע באנוצער==
מען ווערט אויסגעשפארט פארן [[טשעפענען]] פרעמדע באנוצער שלא לענין. זעה פאליסי: [[נישט טשפענען אנדערע באנוצער]]. אין 2 [[סיסאפ]]ן זענען שוין געווארן אויס [[סיסאפ]] אבער נישט אויסגעשפארט ווייל זייער טענהריי איז געווארן סוקסעספול אויסגעטייטשט ווי [[טשעפנען]] אבער נישט אינגאנצען טשעפנען אן קיין סיבה דעריבער זענען זיי נאך נישט אויסבלאקירט אינגאנצען. זעה [[אויסבלאקירן פאליסיס]]
 
[[he:ויקיפדיה:אמינות]]