אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "מנשה לוסטיג"

מ
קיין רעדאקטירונג רעזומע
מ
ער האט חתונה געהאט [[ט"ז סיון]] [[ה'תשס"א]] אין [[סטעמפארד היל]], [[לאנדאן]], און עטליכע יאר שפעטער [[ו' אדר]] ראשון [[ה'תשס"ח]] איז זיין ווייב [[נפטר|אוועק]] ל"ע, דאן האט ער זיך אלץ [[אלמן]] צוריקגעקערט מיט איין [[יתום|פאר'יתומ'ט]] פיר יעריג יונגל קיין [[אמעריקע]] זיין היימלאנד.
 
מנשהמרדכי איז א געטרייער [[סקווירא (הויף)|סקווערער]] [[חסיד]], און איז נאנט געבינדן אינעם סקווערער הויף, מיט א שטארקן נאנטשאפט צום [[דוד טווערסקי|רבי'ן]] און דעם הויף.
 
==קאריערע==
ער האט דאס אנגעהויבן אלץ א האבי, און דאס געלאזט פארשפרייטן פארן צוועק משמח צוזיין חולים ונצרכים, די קליפס האט ער אליין צוזאמגעשטעלט, פארגעשריבן און געצייגט וויאזוי צו פילמען, און ער איז טאקע געווען פון די ערשטע חרדישע הומאריסטישע קליפס אויף אינטערנעט.
 
דאס כח פון פאנטאזיע וואס ער ניצט ביים פארשפילן ווערט באוואונדערט ווי ער נעמט אריין די צושויער אינעם מצב ווי ער וויל זיי פירן, און מ'שפירט זיך דארט. מנשהמרדכי ווערט היינט גערעכענט, פון די באנייער פון דער אמאליגער קאמעדיע, און באזונדער צייגט זיך ארויס זיין אויטענטישקייט, זייענדיג זייער נאטורליך געאייגענט, וואס באנעמט אלע מיט לאכעדיגע פארגעניגן.
 
אינעם היימישן זשורנאל [[דער בליץ]] אום אדר ב' תשע"א, איז מנשהמרדכי ערשינען, מיט א פולער פיקטיווער ערציילונג, ווי כאילו ער האט אויסגעפירט עפעס א היסטאריש עסקנות, טרעפנדיג זיך מיט די וועלטס גרעסטע שושקעס. '[[די וואך]]' אויף פורים טוט ניצן מנשהמרדכי אלס פראנט דעקל אויפן הומאריסטישן שטייגער. ווידער האט ער פילפאכיג געשלאגן פובליסיטי ביים היימישן ציבור.
 
מנשהמרדכי האט שוין אסאך געשפילט אויף דער טריבונע ביי היימישע פארשטעלונגען, און איז דער הויפט ראלע ביים פורים-שפיל אינעם סקווערן הויף.
 
זינט תש"ע, האט ער אנגעהויבן מיט אודיו און ווידעא הומאר, אויף סידי'ס, ווי צום ביישפיל, 'שמייכלסוויל', 'בונדאש', - '''וואו איז די קאווער פון די גרעיפדזשוס''' - [[אוידיא]], און 'מיין קינד טרעף מיך' [[מיכאל שניצלער]], [[ווידעא]]. אויף [[קול מבשר|קול מבשר יודיש אינפארמאציע]], אינעם פורים אפטיילונג, טוט ער ערשיינען מיט [[יואל לעבאוויטש|יואלי לעבאוויטש]] צוזאמען. מנשהמרדכי ווערט גערעכנט צווישן דעם [[.ch.a.g]] גרופע, 'היימישע אקטיארן פארבאנד', וואס איז געווידמעט צו האלטן באחדות די בדחנים און קאמידיענס, אינעם היימישן יודנטום געמיינדע.
 
אום ווינטער [[תשע"ז]] איז אנגענומען געווארן אין די אינטערנאציאנאלע וועלטס [[סאנדאנס|פעסטיוואל]]ן א [[פילם]] מיטן נאמען '''מנשה'''{{הערה|1=[https://www.facebook.com/MenasheFilm/?fref=ts]}} וואס שילדערט א תקופה אין זיין לעבן, און צוליב דעם איז ער אפיציעל באקאנט געווארן אין די אלוועלטליכע [[קונסט]] דזשאנער.
אויך פארמאגט ער א זעלטענע חוש וויאזוי צו איבערטייטשן צו אידיש פון עברית און ענגליש, ווי זיינע ארטיקלען ווערן וואונדערליך געליינט דורך אזעלכע וואס זענען נישט לייענער {{Citation needed}}, און האבן נישט דעם געווענלעכן רייץ צו ליינווארג, וויבאלד זיין שפראך ציעט און געבט שטארק אראפ מיט לעבעדיגע פארבן און קלארע שפראך.
 
מנשה לוסטיגמרדכי, שרייבט זיך אונטער מיטן קאמפאניע נאמען 'Happy Chusid' - פרייליכער חסיד, פראקלאמירנדיג דערמיט זיין כח און הצלחה פון [[קאמעדיע]] און [[הומאר]].
 
מענטשן קענען מנשהמרדכי אלץ א 'גוט-ווארט' זאגער, וואס האט אייגענע [[סלאגאן|סלאגאנען]] אויפן צונג. ווי צום ביישפיל: ''דאס לעבן איז נישט קיין ווערטל, אבער עס דארף א ווערטל''. אדער, ''אז מ'האט געמאכט א טעות אז כ'בין פריילעך, ווארשיינלעך בין איך טאקע.'' דערמיט פרובירט ער צו צייגן זיין שיטה אז זייענדיג א חסידישער געווייקטער אמונה יוד קען מען פריילעך זיין און משמח זיין אנדערע, און אזוי ארום איז מען פארזיכערט איבערצולעבן אסאך פראבלעמען אין לעבן{{Citation needed}}.
== פילמאגראפיע ==
* '''[[מנשה (פילם)]]''' [תשע"ז]
32,190

רעדאקטירונגען