אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "צעל"

2,065 בייטן צוגעלייגט ,  פֿאַר 3 יאָר
מ
קיין רעדאקטירונג רעזומע
מ (Removing Link FA template (handled by wikidata) - The interwiki article is not featured)
מ
א ''צעל'' איז דער קלענסטער לעבעדיקער אײנס, מיט װאָס יעדער לעבעדיקער [[אָרגאַניזם]] איז צונױפֿגעשטעלט.
דאָס װאָרט '''צעל''' שטאַמט פֿון [[לאטיין]] ''cellula'', אַ קעמערל. עס הײסט אַזױ, װײַל גענױ אַזױ קוקט דאָס אױס װי קלײנע קעמערלעך. די צעל איז אַזױ װי אַ ציגל פֿאַר אַ בנין מיט װאָס דער קערפּער איז געבױט.
 
דער [[קערפער]] פון א [[מענטש]] איז געגליכן צו א [[קאר]]. עס איז א קאמפליצירטע מאשין, וואס איז צוזאמגעשטעלט פון פיל באזונדערע חלקים, וואס ווען אלע חלקים ווערן צונויפגעשטעלט פונקאציאנירט די קאר מייסטערהאפטיג. אזוי אויך דער מענטש, איז א מייסטערהאפטיגע מאשין וואס אלע אברים ארבעטן מיט א הארמאניע צו מאכן זיכער אז אלע קערפערליכע פונקציעס ווערן אויסגעפירט. יעדער אבר שטעלט צו צום מאשין זיין חלק וואס דער אבר ברויך צוצושטעלן, ווי למשל דער [[לונג]] מאכט זיכער אז די לופט זאל אריינקומען און ארויסגיין, אריין צו פיטערן [[זויערשטאף]] (דאס איז אקסיגען) צו די הונדערט טריליאן צעלן פונעם קערפער, און צוריק ארויסצושפייען די אויסגענוצטע [[לופט]].
 
יעדער אבר, נישט קיין חילוק אויב עס איז די [[לונג]], [[ניר]], [[קישקע]], צו [[האר]], אלעס איז צוזאמגעשטעלט פון צעלן. אלע צעלן האבן בערך די זעלבע באשטאנדטיילן, נאר זיי האבן בעזונדערע תפקידים. אבער דער יסוד איז אלעמאל די זעלבע, למשל אן איינצעלנער לונג צעל ארבעט מיט הארמאניע מיט א גאנצער ארמיי פון לונג צעלן, צו פארמירן אן אבר וואס טוט די פונקציעס פון א לונג. דאס זעלבע איז מיט די [[לעבער]] א.א.וו. עס איז דא א מייסטערהאפטע קאמוניקאציע סיסטעם ווי אלעס קאמוניקירט דורך [[כעמיקאלע סובסטאנץ|כעמיקאלע]] זענדונגען מיט די גוטהייסונג פונעם מח.
 
== צעל מאָרפֿאָלאָגיע ==
715

רעדאקטירונגען