אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "נארוועגיש"

אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
מ Bot: Migrating 1 interwiki links, now provided by Wikidata on d:Q414093
אין תקציר עריכה
שורה 1:
'''נארוועגיש''' (''Norsk'' נארסק) איז א [[סקאנדינאוויע|סקאנדינאווישע]] (נארד גערמאנישע) [[שפראך]], פון די אינדא-אייראפעישע שפראכן, וואס ווערט גערעדט צווישן 4.6 מיליאן מענטשן, כמעט אלע אין [[נארוועגיע]], וואו זי איז די אפיציעלע שפראך.
נארוועגיש איז גאנץ ענלעך צו [[שוועדיש]] און [[דעניש]] סיי אין אויסרעד, סיי אין [[גראמאטיק]] און סיי אין [[וואקאבולאר]]. די אנדערע סקאנדינאווישעצפון־גערמאנישע שפראכן זענען [[איסלענדיש]] און [[פאראיש|פֿאַראיש]].
 
נארוועגישע גראמאטיק, גלייך מיט שוועדיש און דעניש, איז זייער פשוט, מיט וועניג בייגונגען פון [[ווערב]]ן, נאך ווינציגער ווי [[ענגליש]]. מען שרייבט נארוועגיש מיט [[לאטיינישער אלפאבעט|גלחישער שריפט]], צוזאמען מיט נאך א פאר ספעציעלע אותיות אזוי ווי דעניש. צווישן דעם [[16טער י"ה|16טן יארהונדערט]] און דעם [[19טער י"ה|19טן יארהונדערט]] איז די אפיציעלע געשריבענע שפראך אין נארוועגיע געווען דעניש.