אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "מענסטרואציע"

אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
טאַגן: מאביל־רעדאַקטירונג מאביל וועב־רעדאקטירונג
אין תקציר עריכה
 
שורה 1:
'''מענסטרואַציע''' אדער '''וסת''' איז א [[פיזיאלאגיע|פיזיאלאגיש]]-[[הארמאן|הארמאנישער]] פראצעס וואס פאסירט אין א פעריאדישן אופן אין דעם קערפער פון א [[נקבה]] ביי מענטשן און ביי א טייל פון [[זויגער]]ס, וואס איז נייטיק פאר [[רעפראדוקציע]]. אינעם קערפער פון א [[פרוי|מענטשלעכער נקיבה]] פאסירט מענסטרואציע בערך איין מאל א חודש דורכאויס דער תקופה פון איר פרוכבארקייט, אנהייבנדיג פון איר געשלעכטלעכער דערוואקסנהייט און ביזן איבערגאנג עלטער ("מענאפויזע" ''menopause''). מענסטרואציע איז א טייל פונעם [[חודשלעכן פעריאד]].
 
אין דער לויף פונעם חודשלעכן פעריאד טוט דער [[אייערשטאק]] פון א נקיבה וואס איז געשלעכטלעך דערוואקסן באפרייען איין [[אייעלע]] (אדער מער ווי איינס), אין א פראצעס וואס הייסט [[אוואולאציע]]. דער שליימהויט פונגם טראכט (''endometrium'') ווערט דיקער כדי צו האלטן דאס פערטיליזירטע אייעלע, וואס הייבט אן [[שוואנגערן|שוואנגערשאפט]]. טאמער זי ווערט נישט שוואנגער, טוט די שליימהויט אוועקפאלן פונעם טראכט. דעמאלסט הייבט אן א נייער חודשלעכער פעריאד. די אוועקגעפאלענע שליימהויט געמישט מיט בלוט און אנדערע פליסיקייט קומען ארויס פונעם קערפער דורך דער [[וואגינעמוטערשייד]].
 
== אבנארמאלע מענסטרואציע ==