אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "צפון אמעריקע"

אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
איינוואוינער פון צפון אמעריקע (איבערגעזעצט פון העברעאיש)
שורה 62:
*{{דגל|קובה||+}}
|}
 
== איינוואוינער פון צפון אמעריקע ==
עס ווערט אפגעשאצט אז די ערשטע איינוואוינער פון דעם קאנטינעט, די [[אינדיאנער]] און די [[עסקימאס|עסקימאסן]], זענען געקומען פון [[אזיע]] אריבער דעם [[בערינג דורכגאס]] צום געגנט פון [[אלאסקע]], און פון דארטן האבן זיי אנגעהויבן צו באזעצן דעם קאנטינענט. די אינדיאנישע שבטים האבן געוואנדערט ביז זיי זענען אנגעקומען קיין [[מעקסיקע]] און [[צענטראל-אמעריקע]], וואו זיי האבן אויפגעשטעלט וואונדערליכע קולטורן ווי די [[אלמעקן|אלמעקישע]], [[מאיא ציוויליזאציע|מאיא]] און [[אזטעק]], א לאנגע צייט איידער די ערשטע אייראפעער זענען דארט אנגעקומען. די ערשטע אייראפעאישע באוואוינער אין צפון אמעריקע זענען געווען נארדישע קאלאניסטן פון [[איסלאנד]], וואס אין דעם [[11טער י"ה|11טן יארהונדערט]] האבן זיי אויפגעשטעלט די [[ווינלאנד]] זידלונג (וואס האט זיך נישט לאנג געהאלטן) אין דרום-מזרח פון היינטיקער [[קאנאדע]]. פינף הונדערט יאר נאכהער, אין דעם [[16טער י"ה|16טן יארהונדערט]], האבן שפאניער זיך באזעצט אויף די בארטנס פון דעם [[איינגאס פון מעקסיקע]], וואס האט געברענגט צו א כוואליע פון קאלאניזאציע אין צפון אמעריקע. נאך זיי זענען געקומען די פראנצויזן, וואס האבן זיך באזעצט אויף די ברעגן פון דעם [[מיסיסיפי טייך|טייך מיסיסיפי]] און דעם טייך [[סאנט לארענס (טייך)|סאנט לארענס]], און די בריטישע, וואס האבן קאלאניזירט דעם מזרח בארטן. שפעטער האט מען געברענגט שווארצע שקלאפן פון [[אפריקע]] צו ארבעטן אין די באוול־פלאנטאציעס אין דעם דרום טייל פון די פאראייניגטע שטאטן. פון דעם [[18טער י"ה|18טן יארהונדערט]] זענען געקומען צו די פאראייניגטע שטאטן און קאנאדע א כסדרדיקן שטראם פון אימיגראנטן פון אלע טיילן פון [[אייראפע]]. אינעם [[19טער י"ה|19טן יארהונדערט]] זענען געקומען א סך אימיגראנטן אויך פון דעם מזרח, פון [[כינע]] און [[יאפאן]].
 
די מערסט־פארשפרייטע שפראך אין צפון אמעריקע איז [[ענגליש]], אויסער געוויסע טיילן פון קאנאדע, און [[האיטי]], וואו מען רעדט [[פראנצויזיש]], און מעקסיקע, וואו מען רעדט [[שפאניש]].
 
== זעט אויך ==