אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "ישראל האגער (מאנסי)"

אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
gnc
מ רעדאַקטירונגען פֿון 2604:2000:8046:4B00:46F:4947:9B27:2FA2 צוריקגענומען (רעדן) צו דער לעצטער ווערסיע פֿון Davidik500
טאַג: צוריקדריי
שורה 1:
 
רבי '''ישראל האגער''' (געבוירן [[ה' תמוז]] [[ה'תשי"א]]), איז דער היינטיגער [[וויזשניץ מאנסי (הויף)|וויזשניצער]] רבי פון [[מאנסי]] און דער צענטראלער ממלא מקום פון זיין פאטער, פארמאגנדיג די גרעסטע צאל משפחות פונעם מאנסי-וויזשניצער הויף.
 
==לעבענסגעשיכטע==
רבי ישראל איז געבוירן געווארן אין יאר ה'תשי"א צו זיין פאטער רבי [[מרדכי האגער]], דער פריערדיגער וויזשניצער רבי פון מאנסי און צו זיין מוטער מרת סימא מירל, טאכטער פון הרה"ק רבי [[יעקב יוסף טווערסקי]]. אלס קינד איז ער אויפגעוואקסן אין שאטן פון זיין פאטער דער רבי, און פון זיין זיידן דער פריערדיגער סקווערער רבי.
 
אום [[י"ח סיון]] [[ה'תשכ"ט]], האט ער געהייראט מרת מרים, טאכטער פון רבי [[אלעזר מייזליש]], פון [[איהעל]]-[[ברוקלין]].
שורה 9:
ער איז באוואוסט אלס אן אויסטערלישער בעל דרשן. אלע יארן זיין פאטער האט זיך פארלאזט אויף אים אין אלע עניינים און למעשה, ער ווערט געזען אלס דער הויפט ממשיך פון זיין פאטער מיט דער גרעסטער צאל פון חסידים.
 
ער האט גוטע פארבינדונגען מיט די עשירים פונעם חסידות, און מיט זייער הילף צווישן די אנדערע, האט ער אויפגעבויעט דעם "ווילחאוויץ" זאל אין מאנסי, וואס ווערט געניצט פאר שמחות אין ספעציעלע נידעריגע קאסטן. טראצדעם וואס דער זאל געהערט אפיציעל צו וויזשניץ מאנסי, ווערט ער ארויסגעדינגט אפטמאל אויכעט צו נאכפאלגערס פון אנדערע חסידותן. לויט דעם באפעל פונעם פריערדיגן רבי'ן און מיט דער ערמוטיגונג פון רבי ישראל, בלויז אידישע אנגעשטעלטער זענען באשעפטיגט אין דעם זאל.
 
אין די לעצטע יארן ווען זיין טאטע איז געווארן אפגעשוואכט, האט ער זיך פארפליכטעט און מקבל געווען אויף זיך די פינאנציעלע בעלאסטונג פון די מוסדות.