אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "וויזשניץ מאנסי (הויף)"
אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
אין תקציר עריכה |
מ רעדאַקטירונגען פֿון 2604:2000:8046:4B00:46F:4947:9B27:2FA2 צוריקגענומען (רעדן) צו דער לעצטער ווערסיע פֿון Davidik500 טאַג: צוריקדריי |
||
שורה 1:
וויזשניץ מאנסי, איז א חסידישער הויף, א צווייג פונעם [[וויזשניץ (הויף)|וויזשניצער]]. דאס מאנסי וויזשניצער חסידות איז געגרינדעט געווארן אין יאר [[ה'תשל"ב]] דורך רבי [[מרדכי האגער]], דער צווייטער זון פונעם פערטער וויזשניצער רבי, רבי [[חיים מאיר האגער]]. די הויפטקווארטיר פונעם הויף, געפינט זיך אין דעם שטעטל [[מאנסי]], אין [[ניו יארק (שטאט)|ניו יארק]]. דאס וויזשניצער חסידות פארמאגט
==געשיכטע און אייגנשאפטן==
אין יאר [[ה'תשל"ב]], נאך דער פטירה פון רבי חיים מאיר האגער, זענען ביידע זיינע זין באקרוינט געווארן רביס. רבי [[משה יהושע האגער]] האט איבערגענומען די פירערשאפט פונעם וויזשניצער חסידות אין בני ברק, און רבי מרדכי, וואס האט געדינט אלס רב פון די וויזשניצער חסידים אין די [[פאראייניגטע שטאטן]] ביז דער פטירה פון זיין פאטער, איז
אין איר אורשפרינגליכע געשיכטע דאס הויף וואס איז געגרינדעט געווארן אין [[וויליאמסבורג]] האט באשטייט פון א קליינער צאל חסידים, די מערהייט פון זיי זענען געווען איבערלעבער פון דער [[צווייטע וועלט קריג|צווייטער וועלט קריג]]. רבי מרדכי האגער, דער פריערדיגער רבי האט באשלאסן צו פארלאזן די שטאט צוליב די ענגשאפט און אויך צוליב דעם גרונד אז ער האט געהאלטן אז אין אזא שטאט אזוי ווי ניו יארק ס'איז דא צו פיל אנגעלעגנהייטן מיט [[אידישקייט]], און ראטזאם צו טרעפן אן אנדערן פלאץ וואס איז מער פאסיג צו ערציעהן די קינדער אויף דעם אלטן וועג, און טאקע אין יאר [[ה'תשכ"ד]], האט ער זיך באזעצט אין מאנסי צוזאמען אינאיינעם מיט נאך עטליכע משפחות און האט אויפגעשטעלט דארט א קהילה וואס האט זיך מיט די יארן היפש פארגרעסערט, און היינט רעכנט אויס טויזנטער משפחות ארום דער וועלט.
די הויפטקווארטיר פונעם חסידות געפינט זיך אין [[כתר, ניו יארק|שיכון וויזשניץ]], מאנסי וואו עס געפינט זיך דער גרויסער בית מדרש "לבוש מרדכי", ווי אויך די פאלגנדע מוסדות: תלמוד תורה און ישיבה קטנה "אהבת ישראל", מיידעל שולע "בנות ישראל", כוללים, שטיבלעך, מקווה און א חתונה זאל "ווילחאוויץ". פילצאליגע אייגנטימער פון פארשידענע געשעפטן אזוי ווי [[ראקלענד כשר]], אקשען מארט און נאך, זענען
פארהעלטנמעסיג, די מאנסי וויזשניצער חסידים ווערן באטראכט אלס מער קאנסערוואטיוו ווי די וויזשניצער חסידים אין בני ברק.
פילצאליגע מאנסיער חסידים זענען מקפיד נישט צו עסן [[בהמה]] [[פלייש]] צוליב [[כשרות]] אנגעלעגנהייטן, זיי טראגן האלב-שווארץ איינגעראמטע [[פלאסטיק]] [[ברילן]], און גייען מיט א [[גארטל]] דעם גאנצן טאג.
==דאס חסידות היינט צו טאגס==
|