אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "וויזשניץ מאנסי (הויף)"

אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
אראפגענומען מוסטער נישט פארטיג
טאַגן: מאביל־רעדאַקטירונג מאביל וועב־רעדאקטירונג
fbhfd
שורה 1:
 
וויזשניץ מאנסי, איז א חסידישער הויף, א צווייג פונעם [[וויזשניץ (הויף)|וויזשניצער]]. דאס מאנסי וויזשניצער חסידות איז געגרינדעט געווארן אין יאר [[ה'תשל"ב]] דורך רבי [[מרדכי האגער]], דער צווייטער זון פונעם פערטער וויזשניצער רבי, רבי [[חיים מאיר האגער]]. די הויפטקווארטיר פונעם הויף, געפינט זיך אין דעם שטעטל [[מאנסי]], אין [[ניו יארק (שטאט)|ניו יארק]]. דאס וויזשניצער חסידות פארמאגט עטליכע טויזנטער משפחות, פון זיי הונדערטער וואוינען אויך אין [[ארץ ישראל]] און אין [[ענגלאנד]].
 
==געשיכטע און אייגנשאפטן==
אין יאר [[ה'תשל"ב]], נאך דער פטירה פון רבי חיים מאיר האגער, זענען ביידע זיינע זין באקרוינט געווארן רביס. רבי [[משה יהושע האגער]] האט איבערגענומען די פירערשאפט פונעם וויזשניצער חסידות אין בני ברק, און רבי מרדכי, וואס האט געדינט אלס רב פון די וויזשניצער חסידים אין די [[פאראייניגטע שטאטן]] ביז דער פטירה פון זיין פאטער, איז אנטשפרעכענד, באקרוינט געווארן רבי אין אמעריקע. די וויזשניצער באוואוינער פון [[ישראל|ארץ ישראל]] האבן אים גערופען "דער מאנסי'ער רבי", אין קעגנטייל צו די חסידים אין אמעריקע וואס האבן אים גערופען "וויזשניצער רבי" (דעם ישועות משה האבן זיי גערופען "דער בני ברק'ער" רבי).
 
אין איר אורשפרינגליכע געשיכטע דאס הויף וואס איז געגרינדעט געווארן אין [[וויליאמסבורג]] האט באשטייט פון א קליינער צאל חסידים, די מערהייט פון זיי זענען געווען איבערלעבער פון דער [[צווייטע וועלט קריג|צווייטער וועלט קריג]]. רבי מרדכי האגער, דער פריערדיגער רבי האט באשלאסן צו פארלאזן די שטאט צוליב די ענגשאפט און אויך צוליב דעם גרונד אז ער האט געהאלטן אז אין אזא שטאט אזוי ווי ניו יארק ס'איז דא צו פיל אנגעלעגנהייטן מיט [[אידישקייט]], און ראטזאם צו טרעפן אן אנדערן פלאץ וואס איז מער פאסיג צו ערציעהן די קינדער אויף דעם אלטן וועג, און טאקע אין יאר [[ה'תשכ"ד]], האט ער זיך באזעצט אין מאנסי צוזאמען אינאיינעם מיט נאך עטליכע משפחות און האט אויפגעשטעלט דארט א קהילה וואס האט זיך מיט די יארן היפש פארגרעסערט, און היינט רעכנט אויס טויזנטער משפחות ארום דער וועלט.
 
די הויפטקווארטיר פונעם חסידות געפינט זיך אין [[כתר, ניו יארק|שיכון וויזשניץ]], מאנסי וואו עס געפינט זיך דער גרויסער בית מדרש "לבוש מרדכי", ווי אויך די פאלגנדע מוסדות: תלמוד תורה און ישיבה קטנה "אהבת ישראל", מיידעל שולע "בנות ישראל", כוללים, שטיבלעך, מקווה און א חתונה זאל "ווילחאוויץ". פילצאליגע אייגנטימער פון פארשידענע געשעפטן אזוי ווי [[ראקלענד כשר]], אקשען מארט און נאך, זענען מאנסי- וויזשניצער חסידים. אין די [[קעטסקילס|קעטסקיל]] בערג, אין דער געגנט פון [[קייאמישע לייק]], ס'איז ליגט א [[וויזשניצער שטעטל]] וואס איז אויפגעשטעלט געווארן דורכן פריערדיגן רבי'ן, וואו עס וואוינען רעגלמעסיג דוראויס דעם יאר ארום 1,150 משפחות אומגעפער, און די הויפט ישיבה גדולה פונעם חסידות געפינט זיך אויך דארט. דאס מאנסי-וויזשניצער חסידות פארמאגט מוסדות און חסידים אויף א ברייטן פארנעם אויך אויסערהאלב די גרענעצן פון מאנסי אדער גיבערס, ווי צום ביישפיל [[וויליאמסבורג]],[[ בארא פארק]], [[לייקוואוד]] און [[מאנטריאל]], ווי אויך איבערן ים - אין [[לאנדאן]], [[אנטווערפן]] און [[מעלבארן]]. אין ארץ ישראל דער מאנסי-וויזשניצער הויף האט מוסדות אין [[בני ברק]], [[בית שמש]] און אין [[ירושלים]].
 
פארהעלטנמעסיג, די מאנסי וויזשניצער חסידים ווערן באטראכט אלס מער קאנסערוואטיוו ווי די וויזשניצער חסידים אין בני ברק.
פילצאליגע מאנסיער חסידים זענען מקפיד נישט צו עסן [[בהמה]] [[פלייש]] צוליב [[כשרות]] אנגעלעגנהייטן, זיי טראגן האלב-שווארץ איינגעראמטע [[פלאסטיק]] [[ברילן]], און גייען מיט א [[גארטל]] דעם גאנצן טאג.
 
==דאס חסידות היינט צו טאגס==