אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "ליובאוויטש"

אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
אריבערגענומען דעם פאראגראף ״חסידות״ צו ליובאוויטש (הויף)
שורה 4:
 
'''ליובאװיטש'''ער חסידות שטאמט פון דעם שטעטל ליובאװיטש אין [[װײסרוסלאנד]] (הײנט [[בעלארוס]]), עס איז א צװײג פון [[חב"ד]], װאָס איז ראשי תיבות ח'כמה ב'ינה ד'עת, א טערמין פֿון [[קבלה]].
 
== חסידות ==
 
חב"ד חסידות איז געגרינדעט געווארן אין [[רוסלאַנד]]. דאס חב"ד [[חסידות]] איז געגרינדעט געווארן דורך ר' [[שניאור זלמן מליאדי]], דער פערפאסער פון [[ספר התניא]], אנגערופן ביי די חב״ד חסידים "דער אלטער רבי". זיי לערנען תורת חסידות חב"ד וואס איז געשריבן און געזאגט געווארן דורכן בעל התניא און זיינע נאכפאלגער די [[אדמו"ר]]ים פון ליובאוויטש, [[קאפוסט]] א.ד.ג. זיי האבן שטארקע [[אמונה]] אין דער [[אויבערשטער]] און אין א [[רבי]]. און קאכן זיך אין לערנען און מאכען וואס מער שיעורי תורה איבער דער גאנצער וועלט סיי שיעורים אין דעם טייל פון תורה וואס רופט זיך אן "[[תורת הנגלה|נגלה דתורה]]" (דאס הייסט, [[תנ"ך]] און [[ש"ס]], און דאס גלייך), און סיי שיעורים אין דעם אנדערן טייל - "[[תורת הנסתר|נסתר דתורה]]" (דאס הייסט, [[קבלה]] און [[חסידות]]), ספעציעל ווי עס ווערט ערקלערט אין דעם ספר תניא און אנדערע ספרים פון זייערע [[אדמו"ר]]ים.
 
== חבד שליח ==