אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "חיים שאול גריינימאן"

אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
פטירה פון דער רעביצין חנה דבורה
שורה 23:
רבי חיים איז געבוירן געווארן אין [[ווילנע]] צו זיינע עלטערן, רב [[שמואל גריינימאן]] און צִביה, טאכטער פון הרב [[שמריהו יוסף קארעליץ]], שטאסט רב פון [[קאסעוו]] (היינט אין בעלארוס]], און א שוועסטער פונעם חזון איש - הרב [[אברהם ישעיהו קארעליץ]]. אין [[תרצ"ה]] ([[1935]]) איז ער ארויף מיט זיין משפחה קיין ארץ ישראל און זיי האבן זיך באזעצט אין [[בני ברק]], וואו דער חזון איש האט זיך באזעצט צוויי יאר פריער. ער האט געלערנט אין [[ישיבת תפארת ציון]] און דערנאך אין דער [[לאמזשער ישיבה]] אין [[פתח תקוה]] און אין [[ישיבת חברון]].
 
אין [[תש"ז]] ([[1947]]) האט ער געהייראט חנה דבורה (כ"ט כסלו תרפ"ה – ט' אלול תשע"ח), די טאכטער פון הרב ישראל שלום לוריא (ראטמאן), משגיח אין [[ישיבת תורת חיים]] און א [[מורה הוראה]] אין דער [[עדה החרדית]]. זייער מסדר הקידושין איז געווען הרב [[איסר זלמן מעלצער]]. נאך דער חתונה האבן זיי געוואוינט אכט יאר אין [[מקור ברוך#שכונת כרם|שכונת כרם]] אין ירושלים, און ער האט געלערנט אין דער [[מירער ישיבה]]. ער האט זיך געהאלטן בקשר מיטן בריסקער רב, רבי [[יצחק זאב הלוי סאלאווייטשיק]].{{הערה|הרב סולובייצ'יק מינה את הרב גריינימן הצעיר ל[[תקיעת שופר|תוקע]] במניין שלו ב[[ראש השנה]], וכן שימש אצלו [[בעל קורא]] בקריאת המגילה ב[[פורים]].}}
 
הרב גריינימאן איז געווען פאררעכנט א מומחה אין ענינים פון [[מעדיצין]], און איז געווען שטארק פארבינדן מיט דאקטוירים אין ישראל און חוץ לארץ. ער פלעגט ראטן אומזיסט די וואס האבן געוואנדן צו אים אין די עניינים, צווישן זיי דער מעדיצינישער עסקן [[אלימלך פירער]].
 
ער איז נפטר געווארן [[שביעי של פסח]] תשע"ה אין זיין הויז אין בני ברק. און מען האט אים באגראבן אין דעם ב[[שומרי שבת בית עולם]] אין בני ברק.
 
ביי זיין [[לוויה]], וואס איז פארגעקומען צוויי טעג שפעטער זונטיק כ"ג ניסן צוליב יום טוב און שבת האבן באטייליגט צענדליגע טויזנטער מענטשן,.{{הערה|1={{כיכר השבת|ישראל כהן|רבבות בהלוויית הגאון רבי חיים גריינמן זצ"ל • תיעוד|168270|12 באפריל 2015}}}}. די לוויה איז געפירט געווארן לויט די בקשות פון פון די זיכערהייטס אויטאריטעטן כדי עס זאל נישט נאכאמאל פאסירן אזא אומגליק וואס האט פאסירט א וואך פריער אין בני ברק ביי דער לוויה פום הרב [[שמואל הלוי וואזנער]]. איינע פון די לערעס איז געווען נישט אריינלאזן א גרויסן עולם אין שטח פון דער קבורה.{{הערה|1={{כיכר השבת|ישראל כהן|רק מאות בקבורת רבי חיים גריינמן זצ"ל • צפו בתיעוד|168284|12 באפריל 2015}}}}
 
==משפחה==