אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "שלמה פאפנהיים"

אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
אין תקציר עריכה
טאַגן: מאביל־רעדאַקטירונג מאביל וועב־רעדאקטירונג
טאַגן: מאביל־רעדאַקטירונג מאביל וועב־רעדאקטירונג
שורה 3:
 
== ביאגראפיע ==
פאפנהיים איז געבוירן געווארן אין [[מינכן]], [[דייטשלאנד]] צו זיינע עלטערן רב גבריאל חיים צבי, א זון פון וואלף פאפנהיים פון די גרינדער פון וועלט אגודת ישראל, און חנה לבית '''גולדשמידט'''. ער האט אויפגעוואקסן אין דער שטאט האלבערשטאט. אין יאר תרצ״ג ווען ער איז געווען אלט זיבן יאר האט זיין פאטער גענומען אים צו דער [[כנסיה גדולה]] פון אגודת ישראל. נאך [[קריסטאל נאכט]] איז ער אנטלאפן צוזאמען מיט א שוועסטער אויף א קינדערטראנספארט קיין [[לאנדאן]], [[ענגלאנד]]. א יאר נאכהער איז ער ארויף קיין [[ארץ ישראל]] וואו זיינע עלטערן האבן זיך באזעצט דארט האט ער געלערנט אין דער ישיבה [[נטורי קרתא|תורה ויראה]] אין [[מאה שערים]], [[ירושלים]] און אויך אין  דושינסקיא׳ס ישיבה. אין יענע טעג איז ער געווארן נאנט צום הויף פון הרב [[אהרן ראטה]], גרינדער פון דעם [[שומרי אמונים]] - [[תולדות אהרן]] חסידות, און אויך צו זיין איידעם הרב [[אברהם יצחק קאהן]] (וואס איז שפעטער געווארן דער ערשטער תולדות אהרן רבי. אויך איז ער געווען נאנט צו ם לרב [[יצחק זאב הלוי סאלאווייטשיק|וועלוול סאלאווייטשיק]] און צו די רבי׳ס פון [[יעקב יוסף טווערסקי|סקווירא]] און [[יואל טייטלבוים|סאטמאר]].
 
ער האט געהייראט בלומא טאכטער פון הרב יעקב אליעזר שטיין פון [[בארשא|בורשא]], וואס איז אומגעקומען אין דער [[חורבן אייראפע]]. נאך זיין חתונה האט ער געארבעט אין א ספרים געשעפט און אין דער זעלבער צייט האט ער געהאלפן אויפשטעלן די מוסדות פון דעם [[תולדות אהרן]] חסידות, און געווארן אן אנזיכטיגער עסקן אין דער עדה החרדית.
 
לויטן פארשלאג פון זיין [[אברהם יצחק קאהן|רבי׳ן פון תולדות אהרן]], האט ער אויפגעשטעלט אין [[מאה שערים]] געגנט די יתומות היים "בית לפליטות". שפעטער האט ער אויפגעשטעלט צוזאמען מיט הרב יצחק ראזנפעלד די קימפעטארין היים אין טעלז סטאן. אויך איז געווען פון די גרינדער פון די חינוך אנשטאלטן  "בנות ירושלים" ו"חינוך ירושלים" פאר די מיידלעך פונעם [[יישוב הישן]].