אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "חורבן אייראפע"

אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
מ ת״ט
אין תקציר עריכה
שורה 1:
{{חורבן אייראפע}}
 
'''חורבן אייראפע''' אדער '''גזירות ת"ש-תש"ה''' ({{שפראך-en|'''האלאקאסט''' - Holocaust}}, פון א גריכיש ווארט גענצליך פארברענט; {{שפראך-he|שואה}}, חורבן און פארטיליגונג) באדייט דעם חורבן פונעם אידישן לעבן אין [[אייראפע]], סיסטעמאטישער מארד פון אומגעפער זעקס מיליאן [[אידן]], און פארניכטונג פון טויזנטער אידישע קהילות ביי דעם [[צווייטן וועלט קריג]]. אויסגעפירט דורכן מערדער [[היטלער]] דער פירער פון [[נאצי דייטשלאנד]] און זיין רעגירונג, מיט די הילף פון אירע פארבינדעטע, אלס די אפיציעלע אגענדע פון דער [[נאציזם|נאצי]] פארטיי צו לעזן די "יודענפראגע" און פארוויסטן די וועלט פון יעדן איד.
 
הגם [[נאצי דייטשלאנד]] האט נאך מיליאנען מענטשן פון פארשידענע אנדערע קרייזן פארטיליקיט, למשל די [[ציגיינער]], איז אבער די אידן געווען מיט א סיסטעם, פון פונקטליכע ליסטעס און מאפעס, מיט נומערן און העכסט געהיימע פלענער מער פון די מיליטערישע סודות, קודם דורך שיסן, און ווען די דייטשע סאלדאטען זענען געווארן דעמאליזירט פון אזויפיל שיסערייען האט מען אויפגעשטעלט גאז קאמערן צו עלעמינירן דעם פראבלעם דורך פארשנעלערן און פארשטילערן דעם מאסן פארטיליקונג. אין דער [[היסטאריע פון די יידן]] האט מאן טאקע מער ווי איין מאל זיי רודף געווען, דאך איז חורבן אייראפע גאנץ באזונדער אין פארנעם, בפרט דער עטנישער מארד פון נישט נאר יידן, נאר אפילו וואס די רשעים האבן גערופן האלב-יידן, און אפילו ווען זיי האבן געשמד'ט. אין געוויסע צייטן האט מען פרובירט אויסמערדן די רויטל אינדיאנער, און די ארמענער, און פארשידענע שבטים אין אפריקע און אזיע, אבער אזא אכזריות יארן לאנג ווי די נאציס האבן אדורכגעפירט האט נישט קיין פארגלייכן.