אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "יואל טייטלבוים"

אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
אין תקציר עריכה
שורה 68:
 
===ביים צווייטן וועלט קריג===
בשעת דער צווייטער וועלט־מלחמה האט ער קודם פרובירט זיך צו אריבערשווערצן דעם [[רומעניע|רומענישן]] [[גרעניץ]], וואס איז נישט געווען אונטער די דייטשע אקופאציע, ער מיט נאך א קליינע צאל אידן זענען אין גרויס געהיים געפארן פארשטעלט אין א [[רויטער קרייץ]] [[לאסט אויטאלאסטאויטא]] פון סאטמאר קיין [[קלויזענבורג (שטאט)|קלויזענבורג]], א וועג פון בערך 3-4 שעה, אנקומענדיג אהין און מיטן נאכט ביים גרעניץ האט זיך ארויסגעשטעלט אז דער איד וואס האט געדארפט אנצייגן די וועג אריבער דעם גרעניץ און פארהאנדלן מיט אן ארטיגן גוי וואס האט געוואוינט ביים גרעניץ, אט דער איד איז ארונטערגעבליבן און איז נישט מיטגעקומען, צוליב פרעמדע אידן וואס האבן זיך אריינגעשטיפט און מיטן די טימעלניש איז דער איד נישט מיטגעקומען, דער פירער פונעם טראק האט מיט רעגעניש זיי אלע אראפגעווארפן פונעם טראק שיצלאז אינמיטן דער פרייער גאס, ווי יעדער איז זיך צולאפן. די אלע אידן צוזאמען מיט רבי יואל האבן די [[געסטאפא]] געכאפט און ארעסטירט און דערנאך זיי אריינגעשיקט און דער קלויזענבורגער [[געטא]].
 
נאכן זיצן אפאר וואכן אינעם קלויזענבורגער געטא, און די דייטשן האבן אנגהויבן צו דעפארטירן די קלויזענבורגער אידן קיין [[אוישוויץ]], האבן זיינע חסידים איבער די וועלט אנגעהויבן צופארארבעטן איהם ווי אמשנעלסטן ארויסצוראטעווען איידער מ'דעפורטירט איהם, און מיט שווערע אינטערווענצן פון שוחד און שתדלנות איז געלונגען אריינצושטעלן איהם מיט זיין פרוי מרת [[אלטא פייגא טייטלבוים|אלטא פייגא]] און זיין גבאי ר' [[יוסף אשכנזי]], און א ספעציעלע [[באן]] קיין [[בודאפעסט]] מיט בערך 2000 אידן וואס א געוויסער ציוניסטישער אקטיוויסט [[רודאלף קאסטנער]] מיטן היופט עס עס [[אדאלף אייכמאן]] האבן פארהאנדלט אפצוראטווען פאר שווערע געלטער, [[גאלד]] און צירונגען זיי צו ארויספירן קיין [[שווייץ]].