אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "לעגא"

אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
אין תקציר עריכה
מאין תקציר עריכה
שורה 3:
'''לעגאָ''' ([[דעניש]]: '''LEGO''') איז אַ סארט קאָנסטרוקציע [[שפילכל|שפּילכל]] באַשאַפֿן און פּראָדוצירט דורך דער לעגאָ גרופּע, אַ [[דענמארק|דענישע]] פֿירמע. לעגאָ ציגלען זענען קאָלירטע פּלאַסטיק קאָנסטרוקציע-בלאָקן וואס קען ווערן פֿאַרבינדן צוזאַמען. לעגאָ ציגלען זענען פֿאַרבינדט דורך שפּאָנקעס אויפֿן שפּיץ און לעכער אונטער די ציגלען. לעגאָ איז דאָס מערסט באַרימטן קאָנסטרוקציע שפּילכל אין דער וועלט.
 
די לעגאָ פֿירמע איז געגרינדעט געווארן אין 1935 דורך אָלאָלע קירק קריסטיאַנסען (Ole Kirk Christiansen), אַ דענישער שפּילכל-מאַכער. קריסטיאַנסען האט געמאַכט [[האלץ|האָלצערנע]] שפּילכלעך פֿאַר קינדער. ער האט געמאַכט און פֿאַרקויפֿט זיינע ערשטע פּלאַסטיק לעגאָ פּאַקונגען אין די 1940ער. פֿון דעמאָלט אָן, לעגאָ שפּילכלעך זענען געווארן זייער פּאָפּולער און ווערן באַקאַנט און באַליבט דורך מענטשן פֿון פֿאַרשידענע לענדער, ביידע קינדער און דערוואַקסענער.
 
לעגאָ ציגלען קומען אין פֿאַרשידענע פֿאָרעמס, גרייסן און קאָלירן, אזוי ווי [[ראד|רעדער]], [[אויטאמאביל|אויטאָמאָביל]]-[[שויב]]ן און [[פלאנץ|פֿלאַנצן]]. לעגאָ ציגלען קען ווערן פֿאַרבינדט אין פֿילע פֿאַרשידענע וועגן, און קענען פֿאָרמען כמעט אַלצדינג.
גענומען פֿון "https://yi.wikipedia.org/wiki/לעגא"