אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "הויז קאנסטרוקציע"

אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
מ Bot: Migrating 3 interwiki links, now provided by Wikidata on d:q3483417 (translate me)
אין תקציר עריכה
שורה 17:
 
===שטח צוגרייטונג===
עס זענען פאראן דריי סארט פונדאמענטן און צו יעדע פון זיי וועט מען אנדערש דארפן צוגרייטן דאס פלאץ וואו מען גייט בויען דאס הויז. נארמאל וועט מען נוצן בולדאזערס[[בולדאזער]]ן אוועקצונעמען אלע שטיינער און געוואוקסן וועלכע זענען דארט פאראן און אויב דאס פלאץ איז נישט גלייך וועט מען דאס דארפן אויסגלייכן וועלכע ווערט אנגערופן לעוולן. רוב קאנטראקטארס האבן זייערע אייגענע שטאב צו טאן די סארט ארבעט אבער פאראן אסאך וואס דינגן א סוב-קאנטראקטאר וועלכע ספעציאליזירט זיך אין דעם.
 
די דריי סארט פונדאמענטן רופן זיך: קראול ספעיס, סלעב, און בעיסמענט. א קראול ספעיס איז די מערסט פאפולערע סארט פונדאמענט וועלכע באשטייט פון קליינע גרובער אין די ערד וואו עס ווערט אריינגעגאסן קענקרעט צעמענט און אויף די יסודות ווערט די הויז ארויפגעצויגן. די לעכער זענען געווענליך נישט מער ווי עטליכע פיס גרויס אבער עס ווענדט זיך אסאך לויט וואספארא סארט ערד עס איז דארט פאראן. אויב די ערד איז הארט וועט גענוג זיין קליינע קראול ספעיסעס און אויב די ערד איז ווייעך וועט מען דארפן גרעסערע קראול ספעיסעס ווייל די וואג פון די הויז דארף צעשפרייט ווערן אויף א גרעסערע שטח עס זאל נישט זינקן.